שיר לנו "שיר חדש"
סאיז שוין א אלטער ויכוח וועגן די היינטיגע ניגונים - בפרט די וואס זענען נישט געמאכט דורך ריכטיג ערליכע חסידישע אידן
יראי השם - ווי ווייט פארגויאישט דאס איז. הללו אומרים אז סאיז געהעריג גענומען גויאישע ניגונים פון ריין גויאישע מקורות
און דאס ארויפגעלייגט אויף הייליגע ווערטער פון פסוקים וכו', והללו אומרים אז סאיז נישט ממש אזוי, נאר עמיציר וואס הערט
זיך אן מיט גויאישע נגינה - פון ראדיא וכדומה - ווערט אויטאמאטיש נשפע דערפון און אפילו אז ער איז אליין מחבר א אייגענע
קאמפאזיציע איז דאס נאך אלץ באאיינפלוסט פון גויאישע נגינה
נגינה האט א מוראדיגען כח, סקען מעלה זיין דעם מענטש גאר גאר הויעך, און צו די זעלבע צייט קען עס אויך אראפ נידערן דעם
מענטש ביזן שאול תחתית חלילה, דאס איז די סיבה פארוואס ביי חסידישע אידן און ביי חסידישע טישן שפילט נגינה אזא הויפט
ראלע אין דביקות, בפרט שבת קודש ווען מאיז זיך מעלה צו א העכערע מדריגה בבחינת נשמה יתירה כידוע, דערפאר איז וויכטיג
צו וויסן אויף א ניגון וואס דער מקור דערפון איז
דאס איז זיכער אז ניגונים וואס קומען פון עכט הייליגע מקורות ווי למשל פון חסידישע רבי'ס ווי כ"ק ממאדזיץ ז"ל, כ"ק מבאבוב
ז"ל, כ"ק מסקולען ז"ל ולהבחל"ח כ"ק מסקולען שליט"א וכו' זענען די מערסטע אויסגעהאלטן ווען איינער איז מקפיד צו הערן
נגינה הונדערט פראצענט על טהרת הקודש
סאיז אויך א זיכערע זאך אז קיינער בדורינו פארמאגט נישט דאס וואס מען זאגט נאך פון ר' אייזיקל קאלובער ז"ל אז ער האט
גענומען ניגונים - ווי סאלא קאקאש - פון גויאישע פאסטוכער און דאס מעלה געווען צו שערי קדושה, און דאס זעלבע מיט
ניגונים מבית חב"ד וואס איז ידוע אז געוויסע ניגונים שטאמען פון רוסישען בית המלוכה וכדומה
אבער לדעתי מאכט רוב עולם א טעות ווען מזאגט אויף א ניגון "סאיז א גויאישע ניגון", ווייל סאיז א נפק"מ צווישן א גויאישע ניגון
וואס מהאט פשוט איבערגעטייטשט צו אידיש, צו א ניגון וואס "הערט זיך" גויאיש ווייל ספארמאגט גויאישע תנועות אדער מוזיק
אראנדזשירונגען
רוב היינטיגע ניגונים פאלן אריין אין די צווייטע קאטאגאריע, וואס אין דעם אליין קען מען אויך דן זיין און עס ווייטער
צושפליטערן אויף נאך צוויי קאטאגאריעס: איינס ניגונים וואס זענען געמאכט (דורך) (אדער פאר) דעם מער מאדערנעם
מארקעט וואס "הערט זיך" טאקע מער גויאיש, און די צווייטע קאטאגאריע איז ניגונים וואס זענען בעצם געמאכט אפילו פארן
גאנץ היימישען מארקעט נאר ספאלט אריין אין דעם גויאישע שטיקלעך (מלעבט דאך דאך אין אמעריקא און בדרך כלל איז מען
אביסל נשפע פון די גויאישע גאס בעל כרחך בעוה"ר)
קומט אויס, אז מקען ב"ה זאגן אז 95 פראצענט פונעם עולם איז לכאורה זיכער נישט אינטערעסירט אין עכט גויאישע ניגונים
(קאטאגאריע 1) וואס זענען פשוט געגאנבעט און נתגייר געווארן, כהאלט אז מדארף פארדעם קלאר מאכן פאר פראדוצירער און
זינגערס אז דאס איז א גבול וואס דער עולם איז שטארק דערגעגן אז מזאל דאס נישט דורכברעכן, שוין אפגערעדט פון דעם אז
סליגט נישט קיין גרויסע קונץ אין אהערשטעלן אזעלכע סארט ניגונים, חוץ פון צופאסן דעם ניגון צו עפעס א פסוק אדער מאמר
חז"ל און די ניגון איז פארטיג, וואס דאס קען אפשר טאקע זיין אמאל א רייץ פאר א פראדוצירער צו טון ווען ער זוכט צו מאכן א
גרינגען דאלאר
די אשכול איז מוקדש צו דיסקוסירן דעם נושא, כוועל אויך מצרף זיין א רשימה פון אויסגעשפראכענע ניגונים וואס מווייסט קלאר
אז סאיז גענצליך גויאיש, סאיז אפשר א ענין דאס מפרסם צו זיין סיי פאר די וואס זענען שטארק מקפיד און סיי פאר די וואס זענען
אינטערעסירט מונע צו זיין אזעלכע ניגונים פון זיך אריין כאפן אין אונזערע קרייזן, און ווער סווייסט פון נאך ווערט געבעטן דאס
מפרסם צו זיין דא
***
געגנב'עט - אידישע ניגונים פון גויאישע:
ניגון: יידען יידען
פון: מרדכי בן דוד
אריגינעל: א דייטשע ניגון Dschinghis Khan
ניגון: ליכטיגער שבת
פון: מרדכי בן דוד
אריגינעל: Close Every Door, Andrew Lloyd Webber
ניגון: Ours Forever
פון: מיכאל שטרייכר
אריגינעל: א דייטשע ניגון Moskau, Dschinghis Khan
ניגון: אשר ברא
פון: פיאמענטא
אריגינעל: א אויסטראלישע פאפולער ניגון, Land Down Under, Men at work
ניגון: אני מאמין
פון: דדי
אריגינעל: Abba, The Winner Takes It All
ניגון: כל חיי
פון: חיים ישראל
אריגינעל: Dust in the Wind, Kansas
ניגון: נה, נה, נחמ, נחמנ, מאומן
אריגינעל: Kylie Minogue, Can't Get You Out Of My Head
ניגון: הנה לא ינום
פון: שימיקס
אריגינעל: רומענישע פאפולער ניגון, Dragotea Din Tei
ניגון: אם תסלח לי אבא
פון: עופר הלוי
אריגינעל: Tears In Heaven
***
און אויפן גאנצען נושא קען מען ענדיגן מיטן פסוק "שירו לו שיר חדש" כדי סזאל טאקע זיין "היטיבו נגן
בתרועה".
|
|