The requested TRO's are denied as movant's have not adequately demonstrated all three legal prongs required for immediate relieve, without prejudice to the decision of the full panel, i.e. irreparable harm, likelihood of success on the merits, and the balance of equities tipping in favor of the movant's
אונזערע קאמענטארן זענען איבעריג
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/02/2006 7:34:30
נשלח ב-20/2/2006 23:20
האט איינער דאונלאודעד די פעפערס פין BUSS ווען מען האט געקענט, אויב יא ביטע ארויף לייגען לתועלת הרבים
נשלח ב-20/2/2006 21:17
ווילי יונג האט געשריבן אין חדשות זאלי ווי פאלגענד
פארוואס ציטערן די ארוינים אויב דער קעיס גייט אנקומען צו די זעלבע שופטים ווי באראש'ס אפיעל
קעיס?
איז טאקע נאר א דשאדש וואס קומט יעצט אראפ פין די לבנה גוט פאר זיי?
פארשטייען זיי אויך אז יעדער דשאדש וואס איז באהאווענט אין די קעיס איז פאר זיי א סכנה?
די ארוינים מאכן שוין ווייטער א יום תיפלה אז די אפיעלס קעיס אויף ראזענוואסערס פסק זאל חלילה
נישט אנקומען צו די זעלבע ריכטער וואס באהאנדלן די אפיל אויףן באראש פסק.
ליינט ווי באסס פארלאנגט אז די קעיס זאל "נאר נישט" אנקומען צו די ריכטער...
http://rapidshare.de/files/13671279/buss.pdf.html
אין דעם לינק
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1813251
ווייסט אפשר איינער פארוואס דער חכם 'ווילי יונג' האט אראפגענומען פון 'רעפידשעיר' די פייל
צו איז דאס, ווייל ער האט עס בטעות ארויף געלייגט מיט די קאווער לעטער וואס 'באס' האט עס
געשיקט פאר 'מאלען' און יעדער זעהט אז עס קומט גראד פון מאלען אפיס
ובכן וואס איז די פראבלעם, די אלע אנדערע צעטליך קומען דאך אויך פון מאלען'ס אפיס, וואס איז
די ויצעקו, עס הייבט זיך מיר אן צו דאכטן אז די זאליס זענען א קאפיטשעקעלע פארלוירן אין די
דאזיגע טעג
נשלח ב-20/2/2006 20:41
וועלכע צד פאר וועלכע צד? און וואס? און וואס מיינט DEEMED JUST AND PROPPER
נשלח ב-20/2/2006 20:27
העלפ די רעדטס די האנט שריפט אדער די געטייפטע
די געשריבענע שטייט נאר זיין אונטערשריפט עם סי די, [מארק סי דילאן], און אונטער דעם, עי
דזשעי עי די [אסאסיעט דשאסטיס אפעלעט דיוויזשען
די געטייטפט שטייט אז דער צד, דארף ביז פעברואר 17 צען אזייגער ביינאכט, [פרייטאג צונאכטס
העעל"ט] געבן דורך די האנט/פאסט/פאקס די דאזיגע פאפירן פאר די צווייטע צד
לאמער זעהן טריי אריין צו לערנען פשט און די ווערטער אויב עס גייט אויף די ארוינים מושען
i.e. irreparable harm, likelihood of success on the merits, and the balance of equities tipping in favor of the movant's
נשלח ב-20/2/2006 04:31
איך געדענק אז ביי מיין בר מצוה האבן די אינגלעך געזינגען עפעס אזויווי: אז מען קען נישט, אז מען ווייסט נישט, נעמט מען זיך נישט אונטער...
אקוראט דאס איז די טענה פון די אהרונים, אז די ווערטער וועלכע דו ציטירסט זענען געשריבן געווארן אויף ביידע מאושענ'ס !
די אהרונים זאגן אז זיי האבן ווירקליך נישט געהאט קיין שום אינטערעסע אריינצוגעבן דעם מאושען, ראזענוואסער האט געזאגט אז ר' בערל איז פרעזידענט, וואס באדייט אז ער קען געהעריג איבערנעמען אלעס, אויב וויל די פאליציי נישט קאאפערירן, דארפן די אהרונים צוריקגיין צו ראזענוואסער, אדער גיין צו א ריכטער אין ברוקלין און פארלאנגען א באפעל פאר די פאליציי מיטצוארבעטן מיט די אהרונים. עס האט נישט קיין זין דאס צו פארלאנגען פונעם אפעלאט.
איי, פארוואס האט מען עס יא געבעטן ?! נאר צו שטופן דעם ריכטער אין ווינקל, אז אויב באשטעטיגט ער די זאליס סטעי, זאל ער אין די זעלבע צייט באשטעטיגן דעם מאושען פון די אהרונים.
דערויף שרייבט דער ריכטער, אז וויבאלד די movants, ד.ה. די זאליס - אין אונזער פאל, האבן נישט געקענט אויפווייזן די דריי זאכן, דערפאר באקומען זיי נישט קיין סטעי. אויטאמאטיש איז אנולירט דער פארלאנג פון די אהרונים, וועלכער האט בלויז געדארפט אין באטראכט גענומען ווערן אויב די זאליס באקומען א סטעי.
גענוג קלאר ?!
תוקן על ידי - בא_ללמד - 20/02/2006 4:32:30
נשלח ב-20/2/2006 04:17
כאטש איך שרייב כמעט נישט, אבער א קליינע הערה פאר פאקטיש און די אנדערע גולשים, פשוט פאר די אויפריכטיגקייט פון די זאך לויט מיינע אויגן.
מען בויט דא אויף פתים ורעמסס, און קול סאטמאר האטליין טריאמופירט דערמיט, מיט די צוגעשריבענע ווערטער פונעם ריכטער:
The requested TRO's are denied as movant's have not adequately demonstrated all three legal prongs required for immediate relieve, without prejudice to the decision of the full panel, i.e. irreparable harm, likelihood of success on the merits, and the balance of equities tipping in favor of the movant's
אין מיינע אויגן האט ער דעם סעיף צוגעשריבן צו ביידע סטעי'ס. ווי ער שרייבט טי.אר.אוי.'ס בלשון רבים. און ביי ביידע האט ער צום סוף געלייגט דעם שטערנדל *
עס איז קלאר און 'דורכזיכטיג' פאר יעדן נארמאלן מענטש וואס ליינט אדורך דעם מאושען, אז דאס איז נאר אריינגעגעבן געווארן מיטן ציל צו שטעלן דעם ריכטער אין ווינקל, אז ער זאל נישט האבן קיין ברירה נאר אדער זאגן קלאר אז ער ווארפט אפ ראזענוואסער'ס אורטייל - וואס ער קען פשוט נישט טון לעגאל, אדער זאל ער אנערקענען אז ביי ראזענוואסער האבן די אהרונים געהעריג געווינען, און במילא זאל ער ארויסווארפן זייער פארלאנג פאר די סטעי.
די זאליס טרומפייטערן אז זיי האבן 'געווינען'. זיי פרובירן שוין א וואך צייט מיט אלע כוחות ארויסצונעמען די אהרונים פון גלייכגעוויכט און זיי ברענגען צו שריט צו טון עפעס, וועלן יעצט די אהרונים גיין בידים פארלאנגען א זאך וואס וועט קלאר ברענגען ראיאטן, אינדערצייט וואס דאס איז לויט די אהרונים געווער אין די הענט פון די זאליס וואס פארלאנגען א סטעי ?!
זיי בעטן מען זאל ווייזן דעם היתר בי"ד לעיני כל, וויל איך זיי מודיע זיין אז בקרוב אי"ה נאך אונזער געווינס ווען עס וועט זיין והשיב את הגזילה וועט דער היתר מפורסם ווערן לעיני כל און עטץ וועטס איינעמען א שטימעניש, דער היתר בי"ד איז פון פיר רבנים גדולי עולם יושבי מדון בקיאי חו"מ באגלייט מיט צענדליגע המלצות פון רבנים מארבע פינות העולם
ראו הזהרנו!
אונז זעמיר לפנים משורת הדין נאך אלץ גרייט צו גיין צו א דין תורה, צום 115'טע מאל!!!