| נשלח ב-19/2/2006 22:12 |
|
| |
ווער וויל זיצן נעבן מיר?
מיר אלע גלייבן אין די הייליגע מאמרים פון חז"ל, אלזא ווען די חז"ל לערנען אונז אז כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא (מגילה כ"ח ע"ב, נדה ע"ג ע"א), און מיר האבן ב"ה א שיעור קבוע יעדן טאג דא אויפן פארק, וואו דער חשוב'ער דיין הרב התאחדות שליט"א לערנט פאר יעדן איינציגן טאג א סעיף צוויי אין שולחן ערוך, ער נעמט אדורך דאס ענין מיט א ברייטקייט, ציטירט די שיטות הפוסקים און קומט ארויס מיט א הלכה למעשה, כמבואר כאן: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1806618 איז דאך א פשוט'ע זאך אז מיר וועלן זיצן אין גן עדן, ניין?
שטעלט זיך א פראגע: ווער נאך וויל זיך מצרף זיין צום שיעור?
א מינוטקעלע צוויי א טאג, און איר האט געלערנט א הלכה-צוויי, פארגעלערנט דורך א שיינעם בעל הסבר, שלא על מנת לקבל פרס, גלייבט מיר עס לוינט זיך די אינוועסטמענט.
אויף ווידערזען אין גן עדן!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 19:40 |
|
| |
קרעמער
די מצב קען נישט זיין אזוי געפערליך אז די פרובירסט נאך טעגליך צו שלעפן פון דא גולשים צו דיין פורום.
זעט אויס אז עס קומען נאך דא אפאר חברה וואס די קענסט זיי נוצען.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 05:33 |
|
| |
ליכטיג; איידער דו גייסט ארויס פון דא, פארלעש ביטע די לעמפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 04:52 |
|
| |
עס איז אפשר נישט שווער, אבער דאך שפיר איך מיך נישט באקוועם צו לערנען אין א קרעטשמע.
דא צווישען אנ"ש שפיר איך מיך היימיש.
איך בלייב דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 03:15 |
|
| |
ליכטיג, קודם כל איז "שכר הליכה" א גרויס ענין.
שנית, איז נישט אזוי שווער צו געבן א קליק אויף דעם לינק וואס דער דיין ברענגט פונעם שיעור, עס איז קיין דיפערענץ וואו דער שיעור געפונט זיך, אין וועלכן לאקאל, עס איז בלויז איין 'קליק' אוועק.
היינט האט ער שוין געלייגט אפילו דעם לינק צו מסורת!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 01:32 |
|
| |
אז די ווילסט אזוי שטארק מיר זאלן קומען צו דיין שיעור, אפשר גיסטו עס דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 00:55 |
|
| |
די שיעור פון היינט אויף דעם טיש, לערנט און האט הנאה,
כל השונה הלכות בכל יום מובטח שהוא בן עוה"ב
פאר עני קאמענאטרן קריטיק און שאלעס קליקט דא
שאלעס
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 18:19 |
|
| |
פליס לייגן JNET פרענדלי לינקס
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 07:02 |
|
| |
יישר כח התאחדות, איך מוז דיר זאגן אז איך לערן אדורך די שיעורים יעדן טאג (ווען עס ווארט אפדעיטעד) און איך בין דיר מכיר טובה פארן געבן די געלעגנהייט צו לערנען 2 סעיפים מחבר און רמ"א צולייגט מיט א שיינע ביאור.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 21:47 |
|
| |
קרעמער
וואס איז מיט דא ביי אונז? אפשדר מאכסטו דא א שיעור אויך?
יגדיל תורה ויאדיר!!!!!!
|
|
|
|
|