גם אני שמעתי לאמר עפעס ענליך צו העטעכפעטעך, די צרה איז נאר אז איך האב די זעלבע זאך געהערט פאריגע וואך, פאר צוויי וואכן צוריק, פאר דריי וואכן צוריק, פאר פיר וואכן צוריק, וכן הלאה [די איבריגע לייגט אליין אריין].
אבער יעצט זאגן זיי אז "דאס מאל" מיינט מען עס שוין אמת'דיג.
גראדע לייגט זיך עס אויפן שכל, ווייל זיי לויפן שוין באלד אויס פון די דריי חדשים וואס זיי מוזן לעגאל ארויסגעבן דעם פסק [דאס באדייט אז בדרך הטבע וועט מען עס מאקסימום הערן נאך איין מאל אז "די וואך"...].
חוץ אויב עס וועט געלונגען פאר די זאליס אז מ'זאל צוזאמשמעלצן די צוויי קעיסעס, דאן וועט זיך דער אפעלאט ווידער פארשלעפן אויף א היפשע צייט.
|
|