די אהרונים האבן דערווישט די לעצטע וואך א גאנצע הויפן מיט טעיפס פון רבינו שליט"א, ווי די אינשי דלא מעלי בראש פון ר' זלמן לייב העצן רבינו שליט"א, אויף גאר א בארבארישען אופן, ממש צו שוידערן, די שכל אנושי צוגייט ווען מען הערט דאס, וואס גייט אויפשטורעמען די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו.
דאס הארץ צוגייט ווען מען הערט די טעיפס, טרערן פליסן ווען מען הערט דארטן ווי זיי ציען אן מיט רשעות און אכזריות רבינו שליט"א א איד פון 90 יאר, דאס רשעות דערפון איז איין לשער.
די גאנצע וועלט וועט הערן קלאר און דייטליך דאס וואס די רשעים ורוצחים האבן אפ געטאן מיט רבינו שליט"א די לעצטע 7 יאר, און יעדער וועט הערן קלאר די מצב ליידער פון רבינו שליט"א.
מער פרטים וועל איך מעלדן אין די נאנטע טעג.
איין קליינע נאטיץ וועל איך יעצט שרייבן וואס מען הערט ר' זלמן לייב זאגט פאר רבינו שליט"א אז "סאשע" פירט אן א גאנצע גרופע פון שקצים וואס זאלן רח"ל הרג'ן רבינו שליט"א.
צריכים להזהר בכבוד זקן ששכח תלמודו מחמת אונסו, שלא לביישו ולנהוג בו כבוד, כי לוחות ושברי לוחות מונחות בארון (ברכות י'. סנהדרין צ"ו).
תוקן על ידי - כל_העולם - 20/02/2006 3:50:27
נשלח ב-20/2/2006 08:03
מען קען אויך זאגען אז די טעיפס וועלען ריינוואשען דעם רבין שליטא וואס אסאך סאטמערע האבען געהאט א פארדרוס אין עגמ"נ פארוואס ער האט זיך געלאזט פארפירען פין די אינשי דלא מעלי אין אנגעזייט א מחלוקה וואס עס וועט אנהאלטען ביז משיח וועט קימען
דער בזיון וועט זיין פאר די אנשי ביתו אינאיינעם מיט דעם מרה שחורה דאתרה הגז"ל
נשלח ב-22/2/2006 01:32
די טעיפס וועט אי"ה פארשפרייט ווערן.
און עס וועט זיין די גרעסטע כבוד פאר רבינו שליט"א ווי עס עס וועט קלאר ווערן אויפגעוויזען אז די אלע רשעות ואכזריות און פילוג וואס יד אינשי דלא מעלי האבן אפגעטאן אנגעהויבען פון מאכן ר' זאלמן לייב פאר רב, און גענדיגט מיט רציחה ושפיכת דמים, האט נישט קיין שום שייכות מיט רבינו שליט"א, ער איז ליידער אין א שוערען צושטאנד ל"ע.
און פון די אנדערע זייט וועט עס ווייזן פאר די גאנצע וועלט די רשעות ואכזריות וואס ר' זלמן לייב בן פראדל וכו' האבן געטאן צו כ"ק ארבינו שליט"א א איד פון 91 יאר.