בית פורומים כל העולם כולו

וואו זענען פארשוואונדן די "מטות הסברה" ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2006 21:50 לינק ישיר 
וואו זענען פארשוואונדן די "מטות הסברה" ?

אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, איז יעדעס מאל פאר עס איז געווען די טמא'נע בחירות פאר די פושעים און כופרים פון די ציאניסטישע ממשלה, געגרינדעט געווארן א מטה הסברה דורך די עדה החרדית, וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן פארשפרייטן דעם דבר ה', און אויסרופן אין גאנצן לאנד די געוואלדיגע איסורים וואס מען איז עובר אויב מען נעמט אנטייל אין ווידער אויפשטעלן די פארשאלטענע "מדינה של גיהנום".

די פארגאנגענע בחירות איז פארגעקומען תשס"ג, ווען עס איז שוין געווען טיף אינמיטן די סאטמארע פאליטיק, און אדאנק דעם זענען טאקע אויפגעשטעלט געווארן צוויי מטות הסברה אין ארץ ישראל, ווען יעדער האט פרובירט איברשטייגן דעם אנדערן מיט פארשפרייטן די פראפאגאנדע אקעגן די בחירות הטמאות. ביים מסיבת א' שמות אין די ארמארי האט מען צוזאמגענומען עקסטערע צען דאלער פאר דעם קרן ויואל משה וואס האט געשטיצט די ועד הסברה אין ארץ ישראל.

[אין יענער צייט האט מיר עמיצער אפילו אנגעמערקט, אז פאר דעם אליין לוינט זיך די פאליטיק, אז יעדער מוז ארבעטן צו ווייזן אז ער טוט לשם שמים]

אבער ביי די יעצטיגע בחירות - וואס גייען פארקומען אין עטוואס מער ווי א חודש ! - איז שא שטיל, קיין ארטיקלען, קיין געלט זאמלונגען, קיין פלאקאטן, גארנישט.

וואס איז דער פשט דערפון ?!

איז עס ווייל יעדער איז פארנומען מיט די אנטוויקלונגען אין געריכט ?! און וואו זענען די עסקנים געווען ביז היינט ?! געווענליך האט מען שוין געהערט פון זיי עטליכע חדשים בעפאר די בחירות.

האט עס א שייכות מיט די עצם אנטיפאטיע אין גאנץ מדינת ישראל צו די יעצטיגע וואלן ?! וואס נעמט דאס אוועק פון אונזער פליכט צו אויסשרייען דעם דבר ה' ?!

מיין שאלה איז געווענדעט צו ביידע זייטן פון דעם קאנפליקט, וואו זענען אייערע עסקנים ?!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 00:04 לינק ישיר 

און דער בלאט זעה איך יא עפעס א קאמפיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואו זענען פארשוואונדן די "מטות הסברה" ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext