בית פורומים כל העולם כולו

די גאנצע סיפור ארום די מחאה אין עטרת אברהם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2006 02:09 לינק ישיר 
די גאנצע סיפור ארום די מחאה אין עטרת אברהם

א קורצע תקופה צוריק טרעפט ר' משה יוסף הארטמאן זיין ידיד הר"ר .... גרינוואלד בן הר"ר וואלף גרינוואלד מחתן סופר, וואס וואינט אין מאנסי, און פרעגט איהם היתכן, הישמע כזאת, קאשוי די קנאים מאכען זייער דינער און אזא זאל ווי עטרת אברהם, ווי פאסט דאס פארזיי.

ראה מעשה ונזכר, דער יונגערמאן גרינוואלד - נישט קיין קאושויער פון די נאנטע מענטשען פון הר"ר אליעזר חיים קאשויער רב - גייט אריין אל הקודש פנימה, דערציילט איהם וואס עהר האט געהערט, די אלע שמועות וסיפורים וכו'. די תוצאה פון די מעשה ווייסט שוין יעדער איינער, דברי מחאה בקול רעש גדול בשעת דער מלוה מלכה וכו'.

הר"ר ישראל יעקב הירש, בעל הבית פין עטרת אברהם זאלען פאולט זעך נישט, גייט נעכטען אריין צו דעם קאשויער רב שליט"א, און פרעגט איהם ילמדנו רבינו מהיכן דנתנו, הישמע כזאת נישט געהערט ביידע צדדים, און דערציילט איהם יא, ס'איז געווען פראבלעמען אבער מ'האט געשטעלט שומרים און ביימער און דאס גלייכען ס'זאל נישט צו קומען צו קיין תערובות, בילדער ווערן נישט ערלויבט אינדערויסען פון זאל און אזוי ווייטער, ממילא בעהט ער פון קאשויער רב זאל איהם געבען א בריעוו חטאתי עוויתי פשעתי, ער האט נישט געוויסט אלע פאקטן, און ער ציהט צוריק.

קאשויער רב זאגט איהם איך הער וואס די זאגסט, איך וועל בודק זיין דעהם ענין, קום צוריק מארגען. נעכטען ביינאכט שיקט ער אהין צווי שלוחים הרה"ג רבי לוי יצחק אברהאם מו"ץ בהתאחדות הרבנים בן האדמו"ר מבארדיטשוב מאנסי, ואתו עמו הר"ר יוחנן דראך, זאל אויסטשעקען דעם ענין בודק זיין וואס דער אמת איז, ולמי החותמת ולמי הפסולים.

השלוחים יצאו דחופים און זיי קומען צוריק צו דעם קאשויער רב, און זאגען איהם יא, ס'איז דא ביימער, די  מחיצות אין זאל זענען אונגאנצען פארמאכט, וכו' א.א.וו. דער קאשויער רב וויל שוין געבען א בריעוו, אבער טראך, די טעלעפאן צוקלינגט זעך, און אויף די אנדערע זייט זענען די צויי סאטמערע[?] דיינים הרה"ג ר' שלמה ליב וויינבערגער און הרה"ג ר' זלמן ליב פיליף - אדער איינער בשליחותם - ניין בעטען זיי, מ'זאל נישט געבען א בריעוו, זיי געבען איבער אז ס'טיט זיי שוין לאנג וויי דעם זאל, זיי בעטען זיך לאנג ביי דעם הירש'ען זאל מאכען תיקונים און אויפהערען צו מאכען מאדערנע חתונות, אבער אין קול ואין עונה, מ'רעדט צי א דופן העקומה.

היינט ווען ר' ישראל יעקב הירש קומט צוריק צו דעם קאשויער רב, מיינענדוג אז ער באקומט שוין זיין בריעוו, זאגט איהם קאשויער רב בלא מיט א גרויסען אל"ף, און לייגט איהם צו אז אויף די בקשה פון די דיינים ווער ער בשום אופן נישט צוריק ציען.


ברוך השם אשר לא השבית לנו גואל, לא אלמן ישראל.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 02:22 לינק ישיר 

האטווייער

איך פארשטיי באמת נישט וואס די רעדסט ?

קוק אריין אין אן אנדערען אשכול אין די פורום וועסטו זעהן דארט די בריוו.

מעגליך אז עפעס איז שוין געווען אינדערצווישן...?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 02:35 לינק ישיר 

משהוואלף, אפשר קענסטו נישט ליינען לשון הקודש, דער בריעוו ציהט ער גארנישט צוריק, ער זאגט אז ער מיינט גארנישט קעגען ר' זלמן ליב פערזענליך, נישט קיין שום סתירה, צי די מעשה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די גאנצע סיפור ארום די מחאה אין עטרת אברהם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext