אין שול זענען דא מעלדונגען פאר א נייע רעביסטעווע, א ישיבה מיט די נאמען סוואליעווע, דורך איינעם פרידמאן, א איידעם פון קאשויער רב ז"ל. איינער האט מער פרטים וועגן די נייע רבי?
איידער מען גייט אריין אין די פרטים פון די רבי'סטעווע מיט די ישיבה -דארף מען דערגיין דער שורש פונעם ווארט/נאמען סוואליעווע. איז דאס א נאמען פון א שטאט? אינזעל? באשעפעניש? אדער סתם א נאמען פאבריצירט דורך Immediate Marketing
בכלל האלט איך אז היינט וואלט געווען א עצה צו רעגיסטרירען א נאמען באלד פון אנפאנג אלס "קאפירייט".
נישט ווייל פאר מיר קען זיך נאך פארגליסטען צו ווערן סוואליעווע רבי - נאר צוליב ירושה עניינים.