| נשלח ב-22/2/2006 00:29 |
|
| |
זלמונים בערכאות. איפה היתר?
אין דעם אשכול ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר די חשובע גולשים אויסצושמועסן ווער פונקטליך געבט די היתר פאר די בני זלמן, צו גיין בערכאות קעגן קהל יטב לב און אריינגעבן אן אפעלאט פארלאנג קעגן די גרעסטע קהלה אויף דער וועלט.
ווער זענען די דיינים?
האט מען שוין געשיקט אן הזמנה צו די נתבעים?
ווען האט מען עס געשיקט? וויפיל א זייגער?
פון וועלעכער בי"ד?
וואס איז געווען די אנטווארט פון קהל?
האבן די בי"ד המזמין געגעבן די היתר? אדער א צווייטער רב?
און וועלכן לעדיל ליגט דער היתר?
אדער איז גאר דער היתר איז אז "אהרן ט"ב פוי!!!", און מער ברויך מען נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 02:16 |
|
| |
די אהרונים זענען דערווייל אויך נאכנישט געגאנגען אין קאורט, אויב זיי וועלן גיין גלייב איך אז עס וועט זיין מיט א היתר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 02:12 |
|
| |
בא_ללמד
דו נידערטרעכטיגער יונג וואס דו ביזט, דו רעדסט נאך פון מצות מיט עבירות, אינדערצייט וואס דו האסט זיך נישט געשעמט אריינצושרייבן דיין מיאוסע שרייבעריי אינעם ציוניסטישן הארץ צייטונג.
דו רעדסט נאך פון גיין אין קאורט נאך ווען איר די אהרונים זענען אריין אין קאורט אן א רשות בי"ד בעולם,
אין בני ברק איז מען דערווייל נישט געגאנגען אין קאורט, און אויב מ'וועט גיין גלייב איך אז ס'וועט זיין מיט א היתר,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 02:03 |
|
| |
אויב עמיצער דא האט א סקענער, וואלט כדאי געווען ארויפצולייגן דעם ארטיקל וואס איז געווען געדרוקט אין "די אמת'ע מוסרים" מיט פיר יאר צוריק, מיט דעם פשעט'ל פון תורה שלי היתה ונתתיה לך...
עס איז באקאנט דער משל פון דובנער מגיד, פון יענעם פויער וואס האט קודם געשאסן די פיילן און דערנאך ערשט געמאכט די רינגען ארום דעם פייל.
ביי אונז ווערט דער משל גענוצט אויף צוויי וועגן:
1) יעדע זאך וואס די אהרונים/חסידים טוען איז זיכער אן עבירה, פונקטליך וואס וועט מען שוין שפעטער געוואויר ווערן.
2) יעדע זאך וואס די זאליס/מתנגדים טוען איז א מצוה, וויאזוי ?! מען וועט שוין טרעפן עפעס א היתר.
|
|
|
|
|