בית פורומים כל העולם כולו

מוחה אויף עטרת חי'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2006 02:12 לינק ישיר 
מוחה אויף עטרת חי'

און ביהמ"ד איז געווען די צעטל

אופרוף צו שובו!
און די צייט וואס איר מאכט בעלי תשובה
מאכט איר פון אונז בעלי עבירה
איר ברענגט אהער אלץ אורח הכבוד

אורי לופלאנסקי

דער ראש העיר פון ירושלים
וועלכער שטעלט זיך אהער מיט זיין פרומען פרצוף, און אין די זעלבע צייט איז ער דער וואס איז מחזק אלע תועבות אין ירושלים עיה"ק

ער האט מטמא געווען ירושלים פיל מער ווי זיינע פארגייער די אפענע עוכרי ישראל האבן געטוהן,

ער האט צוגעשטעלט א שרעקליך אויסגעלאסענע פאראדע אין הארץ פון ירושלים,

ער שיקט זיינע פאליצאנטן שלאגן ערליכע אידן ווען זיי זענען מוחה אויף פירצות,

ער נעמט מיידלעך פון שירות לאומי פאר זיין "יד שרה",

ער איז א חלק פון די מרכבה הטמאה די ציוניסטישע מדינה,

.בושה תכסה פנינו
אז א סאטמארער זאל האט געגעבן דעם זאל פאר דעם צוועק

ביז דא איז די צעטל
די זאל איז עטרת חי' עס גייט זיין זינטאג גרייט'ס ענק אויף א פארטעסט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 01:59 לינק ישיר 

נעבעךךךךךךךךךךךךךךךךךך, די זאליס פרובירן צו פארדרייען דעם שמועס פון עטרת אברהם. קודם זאל
די עדה החרדית קאלן עטרת אברהם אז מען זאל נישט אריינלאזן די ערגסטע פריצים ופריצות
אויסגעלאסן ווי כמעט אדם הראשון פארן חטא נאכדעם זאל פעשי דערציילן פאר זיינע זאליס דעם סוד
אז אפילו נאך אלע זיינע האווטאכעס האט בני ברק יא באקומען היתר בני' נאכדעם זאל מען נישט לאזן
ארגאניזירן אין עטרת אברהם א דינער פאר גער, וואו עס האט גערעדט יעקב ליצמאן דער חבר הכנסת
(ווי אין יאר תשס"א), און נאכדעם זאל מען גיין מוחה זיין פארנט פון יו דזשעי או וואו עס איז
דריי וואכן צוריק פארגעקומען א געמישטע פרישטאג און משה דוד נידערמאן איז געזעצן צווישן צוויי
פרויען און נאך אלעם, הער איך אז אהרן וועלץ האט געענטפערט פאר די עדה, אז ער וועט נישט
קענסלען די דינער ביז ער וועט נישט הערן פון כ"ק הגה"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אליין און אויב
דער קאשויער וועט נישט וועלן רעדן אויף עטרת חי' נאר אויב ר' זאלמען לייב איז דארט, וועט מען
ערלעדיגען אז חבר הכנסת לייזערסאן זאל אויך דארט זיין, וועט ר' זאלמען לייב אויך קומען אים
טרעפן און געבן די הענט פאר זיין אלטן פריינט פון ירושלים (פעשי געדענקסט נאך?) און דעמאלט
ווען די "הנהגה" וועט דארט זיין, וועט שוין דער קאשויער אויך מסכים זיין צו רעדן, והכל על
מקומו יבא בשלום תוקן על ידי - wassa_dif - 23/02/2006 2:29:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 01:21 לינק ישיר 

טאמער איז דא איינער וואס מאכט חרוב די תורה הק', און הרג'עט אוועק די חינוך איז ר' זלמן לייב דער ערשטער פארוועם מען טאר נישט פארדינגען די זאל. תוקן על ידי - wassa_dif - 23/02/2006 2:28:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 23:47 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז עס איז נישט ריכטיג צו געבן א סאטמארער זאל פאר עמיצן וואס שטויסט אזוי די הייליגע תורה הק'.

ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איבערקרייזן פאליטישע ליניעס, איך בין העכסט איבערצייגט אז די פאליטישע אומשטענדן און אינטערעסן זענען דאן געלאפן אז מ'זאל זיך נישט אריינמישן און צושטערן די מסיבות, פאר וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין.

איך בין זיכער אז ווען אהרן וועלץ וויל עס אפשטעלן קען ער עס אפשטעלן, איך פארשטיי אז ער וויל נישט, די שאלה [פראבלעם] איז פארוואס וויל ער נישט ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:46 לינק ישיר 

יעצט קומט די נייעס, אז ר' אהרן וועלץ האט גערעדט מיטן ירושלימ'ער רב איבער די טעמע, און ירושלימ'ער רב האט אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט אריינמישן און ער זאל עס לאזן לויפן !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:45 לינק ישיר 

ווען די קומסט מיט דעמאגאגיע לייג צו אפאר קעקעצקן כמנהג דיין רבי ווען ער האלט זיינע דעמאגאגישע העצע רעדעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:38 לינק ישיר 

אהרן וועלץ איז במילא א שגץ, א הולך בערכאות, ער עסט פיצא, און ער רייכערט. אבער די זאליס זענען דאך קדשי קדשים, נקי משמץ פסול, קיינמאל קיין עבירות אין לעבן נישט געטון, ווי קומט צו זיי אזעלכע טמא'נע געלטער ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:32 לינק ישיר 

בא ללמד

אויב באקומען געלט פון די וויינשטאקס איז אן עבירה באקומט אהרן וועלץ נאך אזויפיעל געלט פון זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 21:39 לינק ישיר 

וואסא.

אן אריינצוגיין אינעם פלפול פון לופליאנסקי/נעא נאצי, וואו דו ביזט לכאורה גערעכט, ווייל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, כאטש עס לאזט זיך מפלפל זיין אין די ראנגען, אבער נישט דאס ציל איך יעצט.

אפשר פארשאפסטו מיר א ליסטע פון די "פילע מסיבות" וועלכע זענען אפגעשאפן געווארן צוליב דעם אויפטריט פון קאנטראווערסיעלע פיגורן ?!

איך וועל זיך באגנוגנען מיט דריי מסיבות...

אפשר מיינסטו די מסיבות "קיום התורה" וואס איז דארט פארגעקומען מערערע מאל דורך די זאליס ?!

אפשר מיינסטו די מסיבה פארן מיידל קעמפ פון רח"ד כ"ץ וואס איז פארגעקומען דארט, וואס דער גאנצער מיידל קעמפ איז געפפענט געווארן צו שטעכן ר' אהרן וועלץ ?!

אפשר מיינסטו די אסיפה וואס איז פאררופן געווארן דורך יעקב בערקאוויטש, מיטן אפענעם ציל ארויסצעווארפן ר' אהרן וועלץ פון די הנהלת המוסדות ?!

סך הכל:

דער זאל איז פארדינגען פאר די וויינשטאק ברידער, און ר' אהרן וועלץ קען קוים אריינרעדן איבער וועלכע מסיבה עס זאל דארט יא אדער נישט פארקומען. עאכו"כ ווען עס איז שוין געשריבן געווארן קאנטראקט, איז נאך קיינמאל נישט געבראכן געווארן צוליב קאנטראווערסיע.

די איינציגע אסיפות וואס קענען דארט נישט פארקומען, זענען אסיפות לטובת די רובאשקין פלייש...

אויב פראטעסטירן, דארף מען מאכן א פראטעסט אקעגן די זאליס וואס נעמען א מיליאן דאלער פון די וויינשטאק ברידער פאר די נייע קווינס ישיבה, וואס די געלט קומט פון אזא טמא'נע מסיבה וואו לופליאנסקי גייט אויפטרעטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 20:46 לינק ישיר 

"סך הכל" א ירבעם בן נבט?! אונז זיינען דאך אידען מאמינים און אין גמרא שטייט גדול המחטיאו יותר מן ההורגו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/2/2006 20:03 לינק ישיר 

וואסא ,*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

פאלג מיך א גאנג

פון א עוקר כל התורה כולו א מעמד צלם בהיכל השם (מיטן פולסטן זין פונעם ווארט) דורך דעם וואס מ'האט אונטער זיין פירערשאפט אריינגעברענגט די מואס'טע תועבה פארשטעלונג בפלטרין של מלך,

איז ער סך הכל א ירבעם בן נבט ווייל ער איז א חוטא ומחטיא


אבער נאצי ?

 

ס'איז געווארן א גרינגשעצונג ביי אסאך צו שרייען נאצי אויף וואס אימער ס'איז נישט ריכטיג.

 

איך מיין זיך נישט אהנצונעמען פאר דעם רשע

 

אין מיט דיין מיינונג בין איך אויך איינשטימיג

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 19:07 לינק ישיר 

מיאנכי

ער איז א נאצי ווייל ער (דורך די פאליציי וואס אין מדינת ישראל איז נישט אונטערן מעיאר - אבער גיי ווייס) האט געמאכט א רייאט אין דעם סאטמארע שוהל אין ירושלים. און מהומות קלעפ און שלעק אין א סאטמארע שוהל איז דאך לא יאומן כי יסופר! 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2006 18:34 לינק ישיר 

verbeenich איך האב נישט געמיינט צו באליידיגען די ניאו נאצי. (כאטש דו דארפסט זיך נישט אננעמען פאר עם).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/2/2006 17:20 לינק ישיר 

wow
wassa_diff

אורי לופלאנסקי = ניאו נאצי

בארואיג  דיך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 09:39 לינק ישיר 

ערשטענס, די הפגנה דארף דארטען פארקומען קעגען לופוליאנבקי, אפשר צוגעלייגט די זאל אבער ער איז דער עיקר ציל. צווייטענס, שוין געווען א סאך מאל וואס מ'האט געבראכען קאנטראקט ווען זיי האבען געברענגט א קאנטראווערסיעאלער פיגור וואס קען שאדען פאר די נאמען פון די פלאץ. וואס וואלסט דו געזאגט ווען זיי ברענגען א ניאו נאצי?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/2/2006 07:30 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן איז קיינס נישט גערעכט, א קאנטראקט איז נישט קיין תירוץ אויף צו בארעכטיגן השחתה.
אבער איך פארשטיי א שטארקע חילוק פון אריינלאזן איינעם וואס איז "פאר זיך" שלעכט אין א זאל אין בארא פארק, ביז אריינלאזן שעדליכע עלעמענטן וועלכע רייצן "יענעם" אין א זאל אין וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוחה אויף עטרת חי'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext