בית פורומים כל העולם כולו

מוחה אויף עטרת חי'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2006 22:45 לינק ישיר 

ווען די קומסט מיט דעמאגאגיע לייג צו אפאר קעקעצקן כמנהג דיין רבי ווען ער האלט זיינע דעמאגאגישע העצע רעדעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:46 לינק ישיר 

יעצט קומט די נייעס, אז ר' אהרן וועלץ האט גערעדט מיטן ירושלימ'ער רב איבער די טעמע, און ירושלימ'ער רב האט אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט אריינמישן און ער זאל עס לאזן לויפן !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 23:47 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז עס איז נישט ריכטיג צו געבן א סאטמארער זאל פאר עמיצן וואס שטויסט אזוי די הייליגע תורה הק'.

ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איבערקרייזן פאליטישע ליניעס, איך בין העכסט איבערצייגט אז די פאליטישע אומשטענדן און אינטערעסן זענען דאן געלאפן אז מ'זאל זיך נישט אריינמישן און צושטערן די מסיבות, פאר וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין.

איך בין זיכער אז ווען אהרן וועלץ וויל עס אפשטעלן קען ער עס אפשטעלן, איך פארשטיי אז ער וויל נישט, די שאלה [פראבלעם] איז פארוואס וויל ער נישט ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 01:21 לינק ישיר 

טאמער איז דא איינער וואס מאכט חרוב די תורה הק', און הרג'עט אוועק די חינוך איז ר' זלמן לייב דער ערשטער פארוועם מען טאר נישט פארדינגען די זאל. תוקן על ידי - wassa_dif - 23/02/2006 2:28:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 01:59 לינק ישיר 

נעבעךךךךךךךךךךךךךךךךךך, די זאליס פרובירן צו פארדרייען דעם שמועס פון עטרת אברהם. קודם זאל
די עדה החרדית קאלן עטרת אברהם אז מען זאל נישט אריינלאזן די ערגסטע פריצים ופריצות
אויסגעלאסן ווי כמעט אדם הראשון פארן חטא נאכדעם זאל פעשי דערציילן פאר זיינע זאליס דעם סוד
אז אפילו נאך אלע זיינע האווטאכעס האט בני ברק יא באקומען היתר בני' נאכדעם זאל מען נישט לאזן
ארגאניזירן אין עטרת אברהם א דינער פאר גער, וואו עס האט גערעדט יעקב ליצמאן דער חבר הכנסת
(ווי אין יאר תשס"א), און נאכדעם זאל מען גיין מוחה זיין פארנט פון יו דזשעי או וואו עס איז
דריי וואכן צוריק פארגעקומען א געמישטע פרישטאג און משה דוד נידערמאן איז געזעצן צווישן צוויי
פרויען און נאך אלעם, הער איך אז אהרן וועלץ האט געענטפערט פאר די עדה, אז ער וועט נישט
קענסלען די דינער ביז ער וועט נישט הערן פון כ"ק הגה"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אליין און אויב
דער קאשויער וועט נישט וועלן רעדן אויף עטרת חי' נאר אויב ר' זאלמען לייב איז דארט, וועט מען
ערלעדיגען אז חבר הכנסת לייזערסאן זאל אויך דארט זיין, וועט ר' זאלמען לייב אויך קומען אים
טרעפן און געבן די הענט פאר זיין אלטן פריינט פון ירושלים (פעשי געדענקסט נאך?) און דעמאלט
ווען די "הנהגה" וועט דארט זיין, וועט שוין דער קאשויער אויך מסכים זיין צו רעדן, והכל על
מקומו יבא בשלום תוקן על ידי - wassa_dif - 23/02/2006 2:29:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוחה אויף עטרת חי'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext