| נשלח ב-22/2/2006 04:21 |
|
| |
פארוואס שלאגט מען זיך ביי אידן ?
א אינטערעסאנטער מהר"ל אין נצח ישראל:
וכבר נשאלנו על זה מן האומות, באמרם כי אתם אומרים כי ישראל הם האומה הטובה, ואם כן איך משתוקקין אל הרע תמיד. ולא שהם חפצים ברע למתנגדים להם בדתם, רק כי אותו אשר הוא עמיתו, עמו בתורה ובמצות, מבקש רעתו ולא טובתו, והתורה אמרה (ויקרא יט, יח) "ואהבת לרעך כמוך". ואולי אתם מפרשים, אשר הוא כמוך במעלה ובמדריגה - תאהב אותו. וכל אחד רואה עצמו שהוא יותר במעלה, ולכך אין צריך שיאהב את אחר, עד כאן שאלה שלו. ושאלה זאת היא שאלה קדומה מן האומות על ישראל. ובאמת דבר זה הוא גנאי נגד האומות, כאשר תראה בכל האומות שאין מדה זאת נמצא ביניהם:
וזאת תשובתנו על דבר זה; מה שאין האומה הזאת באהבה האחד עם אחיו, הוא עצם הגלות, שהפריד השם יתברך את חבור שלהם, וחלקם והפיצם. ומאחר שחלקם והפיצם, דבר זה גורם גם כן שיהיו מחולקים בדעתם. שאם לא היו מחולקים, לא היה מקויים בהם הפיזור והפירוד - אותם שהם אחד, ולב אחד להם. ואם יש להם לב אחד ביחד, אין כאן פיזור בין האומות.
לויט די ווערטער פון הייליגן מהר"ל קומט אויס, אז זיך אויפהערן שלאגן איז קעגן דעם גזירת הגלות... (מעגליך וועגן דעם שלאגט מען זיך אין סאטמאר מער ווי איבעראל...) און ווי לאנג מ'שלאגט זיך איז א סימן אז מען איז נאך אין ביטערן גלות.
אבער למעשה אז מ'טראכט אריין אין די ווערטער ליגט דערין א מורא'דיגער אמת. אדרבא, זאגט איר אליין, מיט וואס וואלט א איד אין אמעריקע געשפירט דעם גלות ?! מיטן נישט האבן א "יוקאן" ?! נישט קענען פארן צען מאל א יאר אויף פלארידא ?!
קלאר אז היינט שפירט מען ליידער בעיקר דעם גלות אין די אומאויפהערליכע מחלוקת און קריגערייען צווישן אידישע ברידער !
לאמיר האפן אז מיר זאלן שוין בקרוב אויסגעלייזט ווערן פון אלע סארט גלות'ער, און מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין משיח צדקינו, ומלכינו מרן רבינו הגה"ק שליט"א בראשינו, בב"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 22:14 |
|
| |
ס'איז דאך דא אויף דעם די באקאנטע ווערטל אז ווען אלע רבנים וואלטן זיך צוזאם גענומען און וואלטן געמאכט שלום וואלט משיח גקומען אבער אז דאס זאל געשען דארף קודם משיח קומען
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 23:49 |
|
| |
עס איז ווירקליך זייער ווייטאגליך, אין דער צייט וואס מחלוקת מאכט דעם גלות פאר גלות, איז זיכער אז ווען נישט די שרעקליכע מחלוקת'ער ביים כלל וואלט דער גלות, און די מחלוקת, שוין לאנג געווען פאראיבער.
א בחינה פון א "היתר כרוך"...
דער רבש"ע זאל שוין ענדיגן די מחלוקת'ער און אונז אויסלייזן פון גלות בקרוב.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 21:41 |
|
| |
באראפארקער.
צי מעג איך ארויסנעמען לפחות א "הודעת בעל דין" אז וואו מ'שלאגט זיך זענען עס רשעים וואס שלאגן זיך...?!
און איך מיין אז לעצם הענין וואלט כדאי געווען זאלסט איבערלערנען נאכאמאל דעם מהר"ל, מער געוואונטשן צו לערנען פון אינעווייניג (ס'איז ערגעץ אין די כ' פרקים), און דערנאך איבערפרעגן דיין קשיא.
אז ס'וועט נאך אלץ שווער זיין וועל איך מוזן מאכן אן ערנסטן ליקוט אויף די טעמע, צו וואס איך האב נישט קיין צייט...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 17:16 |
|
| |
יענקל מיללער זאגט: איך בין אריין צום בארדיטשוב'ען רב און אים פאר ציילט א מעשה...
???????????
זאגט ער: די ווילסט הערן א מעשה? אדער ווילסטו פרעגן קושיות. אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קושיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 16:53 |
|
| |
עס געפעלט מיר די קשיא, פארוואס ביי צדיקים שלאגט מען זיך, און ביי רשעים נישט. פאלט נישט קיינעם איין, אז די רשעים זענען די וואס שלאגען זיך, און די צדיקים שלאגען זיך נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 07:26 |
|
| |
ס'איז דא א טרעפליך ווארט בשם דעם הייליגן רוזינער זי"ע, פארוואס ביי צדיקים איז דא אזויפיל פירוד, און ביי רשעים אזויפיל איחוד. האט ער געזאגט, אז יעדער מענטש איז צאמגעשטעלט פון טוב און רע, ביי צדיקים איז זיך דער טוב מתגבר אויפן רע, און ער שטופט אים ארויס פונעם מענטש. וואו גייט דער רע? ער דרייט זיך ארום דעם מענטש, און זוכט א וועג זיך אריינצוכאפן צוריק אינעווייניג. קומט אויס ווען צוויי צדיקים טרעפן זיך, טרעפן זיך צוערשט די צוויי חלקים פון "רע" וואס דרייען זיך אינדרויסן ארום דעם צדיק, און די רע'ס קריגן זיך ארום. די פארקערטע ביים רשע, די רע שטופט ארויס די טוב, און ווען די רשעים טרעפן זיך טרעפן זיך קודם די טוב'ס, במילא לעבן זיי בשלום... ודפח"ח
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 06:23 |
|
| |
זעט אויס ער רעדט פון איינע פון די היינטיגע ראפּשיצער רבנים...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 05:47 |
|
| |
די ווילסט הערן א מעשה? אדער פרעגן קושיות?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 05:33 |
|
| |
ראפשיצער רב האט געזאגט אז ער האט גענומען שיעור חזון איש ?
איך האב געהערט די מעשה אז רב סעדיה גאון האט געזאגט אז יענער האט גענומען די שיעור פון חתם סופר [ביי מקוה]...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 05:25 |
|
| |
יא, עס איז באקאנט דער ראפשיץ'ער רב האט אמאל געזאגט אויף איינעם אז ער איז א מהדר במצוות.
די ארומיגע האבען געקוקט מיט וואונדער. "ער איז דאך א פשוטער מעשוגענער?"
האט דער רבי געענטפערט: איר פארשטייט נישט. אויף יענע וועלט רופט מען אויס אויף א מענטש לפני היצירה צו ער זאל זיין חכם או טיפש - דער מענטש ווען ער האט דאס דערהערט אז מען רופט אויס טיפש האט ער מהדר געווען און גענומען שיעור חזון איש....
מען דארף מקבל זיין עול הגלות - אבער טייערע אידען זייט נישט מהדר בכך....
|
|
|
|
|