אבער על כולם, דאס זאגט נישט אז אויב דער קאמישענער פון די סיטי וויל זיך יא אריינלייגען דערין אז ער איז דערמיט א שונא ישראל. ער טוט זיין זשאב. --------- יעצט, טענדלער קומט גארנישט אריין אין די אינוועסטיגעישאן - ווי ווייט איך ווייס, און מיין אז ס'איז ריכטיג- ער האט נאר געהאט א יד און די ארטיקעל אין א מעדיקעל זשורנאל וואס באווייזט אז מציצה בפה איז א סכנה. און אזויווי עס איז דא פידיעטרישאן'ס וואס טענה'ן אז מען קען עס אפפרעגען - דארף מען מאכען א אנדערע סטאדי וואס וועט צייגען פארקערט. סתם שרייען אז ס'איז נישט מסוכן טוט גארנישט אויף. ---------
דעס וואס ער זאגט אז סטמאר שמעקט וואס עס האט מיט אידישקייט - בין איך מודה אז סאטמאר'ער רבי זי"ע פלעגט גאנץ גוט שמעקען די זאכען. אבער די היינטיגע, שמעקען ווי מען קען זאגען אז עס שמעקט מיט אידישקייט, און דא כאפט דער גאנצער נפק"מ.
די איבעריגע האב איך נישט פארשטאנען וואס ער זאגט.
א גוטע נאכט. i'l be back tomorrow
נשלח ב-27/2/2006 06:19
משה: I welcome you to the show אבער פליז הער אויף צו שעלטען - און הער אויף אריינצומישען אנדערע.....You name it
סוף סוף וואוין איך אין א שטאט וואס נישט יעדער איז בארעכטיגט צו זאגען זיין מיינונג בגלוי. על כן דאנק איך דעם אייבישטער אז איך בין באשאפען געווארען אין א דור וואס איז דא אינטערנעט - וואס איך קען זאגען מיין מיינונג נישט דארפענדיג חושש זיין אז פארטאג'ס וועלן מיך אפווארטען אפאר...... און מיך מכבד זיין מיט א מנה יפה -
סאו, פליז כאטש דא אין פארק האלט דיך פראפעסיאנעל כאילו מיר וואלטען געהערט צו די ציוויליזירטע וועלט.
באראפארקער, אויך דיך בעט איך גלייך אויס דיין לשון, לאמיר דילען מיט די issues און מונע זיין קללות אהין און אהער. ----------
יעצט, די סיבה וואס איך האב נישט געענטפערט אויף בא ללמד'ס קושיות - איז ווייל ער האט זיך געמאכט יסודותן און געבויט אויף דעם בניינים. ע"כ היות איך ווייס נישט זיינע יסודות זענען ביי מיר די בניינים פורחות באוויר.
אבער כדי עס זאל דיר נישט בלייבען אומפארענטפערט זיינע קשיות, און די זאלסט נישט קענען מיטהאלטען ווי שיין דער ליגענט איז וועל איך אויף די קשיות מגיב זיין, און אויב עפעס בלייבט שווער -פליז פרעג.
קודם כל די סיבה פארוואס די סטעיט האט זיך נישט געמיט, באמת ווייס איך נישט איוועל טרייען אנצופרעגן ביי מענטשען וואס ווייסען. אבער לענ"ד נראה לומר צוויי סיבות:
איינס, די געבורט ראטע און די סטעיט איז אסאך גרעסער ווי אין די סיטי, פון א פאפאלעישאן פון אכצען מיליאן, וואס אינגאצען דריי טויזענט ברית'ן מיט מציצה בפה ווערן פראקטיצירט -בערך- וואס פון דעם געשעהן אזוי ווייניג קעיסעס - איז אפשר צו ווייניג אז די סטעיט זאל זיך דארפען וויסענדיג מאכען.
צווייטענס, אזויווי די סטעיט האט געזעהן אז ער גייט דא אין א בלאטע אריין מיט די פרומע אידען, האט ער געטראכט מה לי ולצרה, זאל זיך די סיטי מיט דעם באפאסען, וידינו מסולקת. אבער איינער דארף זיך דערמיט צום סוף באפאסען.
אבער נאכאמאל, די תשובה דערויף וויס איך נישט. דאס איז נאר מיין שפעקולאציע. איך וועל טרייען צו דערגיין.
נשלח ב-27/2/2006 05:32
קודם כל,
וויל איך דא טאקע קלאר מאכען אז איך רעד קוים פאר מיך אליין, דאס הייסט אפילו איך אין ביהמ"ד
רעד נישט וואס איך שרייב דא, דא שרייב איך נאר וואס מיין ניק זאגט!
און לגופו של דבר
משה זעקס.
מעגסט דיך שעמען מיט דיין תגובה, אז די מישט אריין פאליטיק וואס קומט נישט דא אריין ללא דבר,
נאר ווייל די האסט נישט וואס צו ענטפערען.
און איך וועל איבער זאגען נאך אמאהל.
א מוהל וואס מלה'ט, און ווייסט אז ער האט הערפיס, איז א רוצח, נישט דא קיים מקום דן צו זיין.
נשלח ב-27/2/2006 04:35
באראפארקער
נאכן ליינען דיין תגובה, אין וויסן אז די ביסט פין די חסידים פין מוהרב"צ {48} הייב איך אן צי פארשטיין די חסידי רמ"ד אין פארוואס אזא גרויסער עולם האט איבער געלאזט דיין רבין
לכאורה האסטע נאכגעשריבען זאכן וואס די הערסט רעדן ביי דיר אין ביהמ"ד, ממילא אין א ביהמ"ד וואס מען רעדט אזוי מיעס ווי די האסט געשריבען אין א ביהמ"ד וואס אזעלכע דעפרעסטע אנגעווייטיגטע נערישע מענטשן ווי דיר, טרעפן זיך דאס פלאטץ
מיט דיין ענטפער צי בא ללמד'ס נערמאלע אויפריכטיגע תגובה טיסטע ווייזן אז ביסט אינו מין הישוב, נאר א ניק וואס עס איז די בחינה פין א שור נגח ואס שטויסט אין שטויסט אן א חשבון אין אן א ציל, אבי עפעס גע'ענפערט. האסט דערמיט זייער גיט ארויסגעברענגט דיין מהלך המחשבה
יוחי
מיט דיין זיך צישטעלן צי קערי'ס ענטפער זעט אויס אז די האלסט נאך נישט ביי די מידה פין מודה על האמת עס איז נישט קיין פעלער, ווייל ביסט נאך אינג, קען זיין אז מיט די צייט וועסט דיך טוישן ביז היינט האט אויסגעזען ווי די זיכסט ארויסציהאבן אין שרייבען נאר דעם אמת אין די ריכטיגע פאקטן יעצט זעט מען, אז אלעס איז נאר ביז די פאקטן שטימט מיט דיין מציאות. איינמאל די פאקט טוישט זיך, טרעפט מען א נייעם יוחי
בא ללמד
יישר כח א טייל פין דיינע פוינטס האב איך געוואלט שרייבען נאר היות איך בין נישט קיין שרייבער האב איך געוויסט אז איך וועל עס נישט קענען גיט ארויסברענגען
תוקן על ידי - moshe06 - 27/02/2006 4:27:24
נשלח ב-27/2/2006 04:10
בם אני החתום מטה הנני מצטרף לליגיונו של מלך של הקאמענדאנט הליבעראלי קערי שיחי' הק' יוסי718
השם ית' ברוב רחמיו וחסדיו השאיר לנו יחידי סגולה כמותך הנושאים בגאון ובעוז כבוד התורה וכבוד השכינה הקדושה
השם הטוב עליו יחי'
נשלח ב-27/2/2006 03:51
Yes i am. And i'm proud with it!!
נשלח ב-27/2/2006 03:37
קערי
עס איז טאקע שמא גרים
די ביזט א ראדיקאלע ליבעראלער, ממש א עקל
נשלח ב-27/2/2006 03:24
איך האב געהערט א גוטע טענה פון איינעם.
ווער ס'איז רב אין די קהילה.............. גייט מען צום זשאדזש וויפיל בעלות דער רבי זאל האבען........... גייט מען צום זשאדזש
און ווער מעג זיין מוהל............................ מישט אייך נישט אין רעליגיע!!
נשלח ב-27/2/2006 00:32
קערי
איך בין גאר נייגעריק ווער דער דיין איז געווען.
און צו מוהל פישער וועל איך זאגען,
שעם דיך די נידערטרעכטיגע אינג, די האסט נישט קיין הארץ אויף צו הערען מאכען מציצה בפה?
שעם דיך די רוצח!!! די האסט די הארץ צו הרג'נן קליינע אומשולדיגע קינדער?
שעם דיך די מנוול, די מאכסט מציצה בפה שלא במקום מצוה, עס איז בכלל נישט קיין מצוה די זאלסט
עס מאכען, און ווען די מאכסט עס יא, ביסטו פשוט א מנוול!!
שעם דיך די בעל גאוה. ווייל צוליב דיין גאות וועלען א גרויסער חלק פין אידען האבען א הארד
טיים מיט מאכען מציצה, ווייל ווי נישט ווי וועט די רעקאמאנדעשען פין די העלט דיפארטמענט האבען
אן עפעקט אויף אידישע מאמעס און עס וועט שווערע מאכען די מצוה.
גיי דיך צו אלע גוטע יאר, אונז דארפען דיך נישט.
נשלח ב-24/2/2006 19:46
לא יאומן כי יסופר!!
איך האב היינט געהערט פון א דיין אין די התאחדות הרבנים, א סטמאר'ער דיין. (נישט אין די קהילה):
באמת האב איך נישט צופיל צייט צו ענטפערן, נאר כדי איר זאלט נישט זאגן "מדשתקי ש"מ דניחא להו", וועל איך יא בקיצור ארויסברענגען מיין מיינונג אויף די טעמע, רוב דערפון איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין פריערדיגן אשכול. איך וועל ענטפערן פאר ביידע צוזאמען אין איין תגובה.
גאנץ פשוט, יעצט איז די מערכה געקומען פון אונטן ארויף. עס האט זיך אנגעהויבן פון דר. טענדלער ימ"ש וועלכער האט אפן דערקלערט א קאמף אקעגן מציצה בפה, אונטער א שלייער פון א דאקטארישן מאנטל און מיט כלומר'שטע היגיענע כוונות.
דער ערשטער ציל-ברעט איז באלד געווען ר' יצחק אהרן פישער, פשוט דערפאר ווייל ער איז איינער פון די גרעסטע מוהלים, און עס איז ליידער געטראפן געווארן הערפיס ביי א קינד וואס ער האט גע'מל'עט, וואס האט שוין געגען שטאף פאר דר. טענדלער וואו אנצוהייבן די מערכה.
אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט טענדלער געדארפט גיין צו די געזונטהייט אפטיילונג פון די סטעיט, און דארט פארלאנגען אז מ'זאל אפשטעלן הרב פישער פון מאכן מציצה בפה, צוליב מערערע פארשטענדליכע טעמים, אבער בעיקר ווייל א פארבאט פון דעם קאמישאנער פון די סטעיט וואלט געהאט מער אפעקט און אפקלאנג ווי א פארבאט פון דעם קאמישאנער פון די סיטי.
אבער, א גרויסער אבער, דער קאמישאנער פון די סיטי, איז א רעפארם איד... אזוי אויך דער מעיאר... און דאס האט שוין געגעבן א עפענונג פאר טענדלער וחביריו אז זיי וועלן מער מיטארבעטן מיט די נידערטרעכטיגע פלענער, וואס תוצאותיו מי ישורנה.
-----------------------
איך וועל דירעקט נישט אריינגיין אין קיין ויכוח איבער פרטים, וואס וועט זיך ציען אן א סוף און אן א עק, איך וועל קודם מאכן איין שטארק וויכטיגע הקדמה, וואס איז בעצם פון די גרעסטע יסודי המחלוקת פון די אגודה/ליבעראלע קרייזן מיט סאטמאר/קנאי'שע קרייזן שוין באלד 200 יאר.
ביי אונז האט מען זייער שטארק געהאלטן פון דעם שמעק פון כלל ישראל, א בחינה ווי אין די שפיאנאזש וועלט פארלאזט מען זיך זייער שטארק אויפן זעקסטן חוש ביים אידענטיפיצירן דעם שונא. זינט עס זענען אויפגעקומען ביי כלל ישראל די וועלכע האבן זיך פארלייגט אראפצופירן דעם גאנצן כלל פון דרך הישר, און זיי האבן שטענדיג זיך באהאלטן אונטער פארשידענע שלייערן פון כלומר'שט אומשולדיגע כוונות, האבן מיר שטענדיג געהאלטן פאר א חוב צו פארלויפן דעם וועג פאר די שונאי הדת דורך דערשמעקן זייערע כוונות און עס באצייטנ'ס אומשעדליך מאכן.
עס איז ריכטיג אז טאקע דערפאר האט מען אין אסאך פעלער געטון איבערגעאיילטע שריט, אבער אין גרויסן סך הכל האט דאס געראטעוועט כלל ישראל, און ווי דער חפץ חיים האט שוין געזאגט פאר זיין זון, אז א רודף אחר הרודף ששבר את הכלים איז פטור. און די חסידים זענען רודפים אחר הרודפים ווייל זיי האבן געראטעוועט כלל ישראל, טאקע מיט דעם צוגאנג פון דערשמעקן די סכנה.
---------------------
צוריק לענינינו.
עס איז קלאר אז אלע פאקטן זענען זייער פארנעפלט, אבער עס איז אויסער יעדן צווייפל אז מיר האבן די רעכט, און מיר זענען מחוייב, צו זיין באזארגט איבער די אומשטענדן.
דאס אז דער קאמישאנער פון די סטעיט האט באשלאסן אפצעווארפן די קלאגעס, ווייזט שוין אז עס איז דא זייער שוואכע באווייזן אקעגן הרב פישער. דאס אז דער קאמישאנער פון די סיטי האט באשלאסן יא אנצוגיין מיט די פארשונגען, טראץ וואס הרב פישער וואוינט אין אפסטעיט, און אסאך וויכטיגערע ענינים פון מציצה בפה לאזט די סיטי יא איבער פארן קאמישאנער פון די סטעיט, מוז בהכרח ארויסרופן אן אלארם.
דאס אז דער מעיאר און דער קאמישאנער האבן נאך די וואלן קלאר געמאכט אז זייער פארשפרעכונג פון פאר די וואלן איז געווען בלויזע ליפן שטייער און האט גארנישט געמיינט, איז בלויז נאך א באווייז אז מ'קומט דא מיט א באהאלטענעם ציל, וואס ווי לאנג די מאטיוון זענען באגראבן טיף אין די מח-שארבנ'ס פון רעפארמער אידן, קענען מיר ווייט נישט זיין רואיג.
ועל כולם, דאס וואס טענדלער איז שטיל געווארן אין דעם לעצטן יאר, טראץ וואס ארגינעל האט ער דאך "בלויז" געמיינט הרב פישער, און זיין ציל איז דאך בכלל נישט דערגרייכט געווארן, איז דער גרעסטער באווייז אז דער גאנצער שפיל איז א געהיימע קאנספיראציע צווישן אים מיט די רעפארמער אידן אין די סיטי, און מוז ארויסרופן גרויס פארדאכט און אפשיי פון ערליכע אידן צו יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פונעם העלט קאמישאנער.
דאס איז דער שטעלונג פון די התאחדות הרבנים, און אלע זייערע רבנים, און איך גלויב אז דאס ליגט אויך אונטער די אויפפירונג פון הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א. טראץ וואס עס זענען פאראן פארשידענע חילוקי דיעות איבער די מיטלען וועלכע דארפן אנגענומען ווערן.