| נשלח ב-23/2/2006 01:37 |
|
| |
אפעלעט: סטעי - באראש - ראזענוואסער
דא אין אין דעם אשכול בעט איך זאל מען דן זיין נאר איבער די ליגעל אישו.
עס שטייט פאר די אפילאט יעצט דריי זאכן פון די סאטמאר קעיס.
1) די אפיל אויף באראש דיסישאן צו די רבי איז יא בעל הבית צו נישט
2) די אפיל פון ראזענוואסער צו ר' בערל פריעדמאן איז יא פרעזידענט צו נישט.
3) די סטעי צו דערווייל ווילאנג זיי וועלן קוקן וועגן ראזענווסער פסק ווער זאל זיין אינעווייניג כהנא אדער פריעדמאן
לויט מיין קוק "מיזן" די זאליס געווינען אלע דריי אז נישט זענען זיי פארטיג!
1 וועג וואס קען געשעהן איז אזוי
די אהרונים "פארלירען" די "סטעי", און די אפעלעט פסק'ט אז די רבי איז בעל הבית אזוי ווי "באראש" זאגט, און די זאליס פארלירען "ראזענוואסער" פסק זענען די אהרונים אינעווייניג.
2 וועג וואס קען געשעהן איז אזוי
טאמער די אהרונים געווינען די "סטעי" דאס מיינט אז ר' בערל פריעדמאן ווערט יעצט פרעזידענט דעמאלס אפילו די אפעלעט וועט פסק'נען אז די רבי איז בעל הבית "באראש", און אז "ראזענוואסער" איז נישט גערעכט, בלייבט ר' בערל נאך אלס אינעווייניג, ווייל קיינער זאגט דעמאלס נישט ווער עס אזי פרעזידענט, און וויבאלד ער איז דארט איז ער בעל הבית.
3 וועג וואס קען געשעהן איז אזוי
די אהרונים געווינען די "סטעי" אוןו די אפעלעט זאגט אז די רבי איז גערעכט "באראש", אבער ראזענוואסער פסק איז אויך גערעכט דעמאלס זענען די אהרונים אינעווייניג
לויט דעם איז נאר דא איין וועג פאר די זאליס צו זיין אינעווייניג אז זיי געווינען אלע דריי זאכן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 02:20 |
|
| |
אקס איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין נאמבער1 אז די ארונים פארלירן סטעי און זלוינים פארלירן רויזענוואסער זיי מסביר וואס דו רעדטס
ווי איך פארשטיי גייט מארגן זיין א הירינג צו ראזענוואסער האט גוט געפאסקענט אויב נישט דעלמאסט וועט זיין א סטעי אויב יא איז דערנאך מיט די קארט סאו אויב ראזענוואסער האט גוט געפאסקעט ווי איז דא א סטעי און אויב איז דא א סטעי וואס הייסט די ארוינים זענען אינעווייניג
חוץ אויב די מיינסט אז זיי גייען באקומען א סטעי עוועי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 02:48 |
|
| |
איך בין נישט קיין לויער, אבער שכל'דיג זעה איך נישט ווי אזוי זיי זאלן באקומען א סטעי, פאר די פאלגענדע סיבות:
1. סיז נישט דא קיין שום סיבה בעולם צו אנעמען אז א פרעזידענט מיט א באורד וואס איז שוין אין קהל פאר צענדליגע יארן זאל פלוצלינג זיך נעמען מאכן שאדן פאר די קאנגרעגעישן.
2. געווענליך ווען מ'פארלאנגט א סטעי, ווייסט מען ווער קלאר ווער סיז געווען ביז איצט בעה"ב, און דער וואס איז געווען ביז איצט בעה"ב, פארלאנגט א סטעי, ער זאל בלייבן בעה"ב, אבער דא, זאגט דאך ראזענוואסער, אז בערל פר"מ איז אלס געווען דער בעה"ב, און דאס אז געוויסע יחידים האבן אנגעפירט מיט געוויסע פונקציעס האט נישט קיין שום שייכות צו א פרעזידענטשאפט, ממילא מאן יימר אז א "סטעי" מיינט "יאנקל קאהאן"? אפשר מיינט א סטעי "בערל פר"מ", די מציאות איז אז מ'האט באמת נישט געוויסט ווער סיז געווען בעה"ב ביז איצט.
3. גלייך נאך די באראש פסק, האבן די זאליס פארלאנגט א קלעריפיקעישן פון באראש, אז ער זאל ארויסזאגן ברחל בתך אז "יאנקל קאהאן" איז פרעזידענט, באראש האט דאס אנטזאגט קאטעגאריש, דאס איז א קלארע באווייז אז אפי' די זאליס האבן געוויסט אז באראש האט נישט קלאר געמאכט קיין פאקטן, ממילא יעצט אז ראזענוואסער האט יא קלאר געמאכט א פאקט, איז זיין פסק א "FACT FINDING", וואס דאס קען מען נישט אפילן.
דאס מיין פערזענליכע מיינונג, וואס עס וועט געשען, ווייסט איין באשעפער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 03:19 |
|
| |
איך האלט נישט אז עס גייט געשעהן, אבער עס איז דא די מעגליכקייט.
ווייל די אפעלאט האט צוויי זאכן צו פסק'ן: 1) צו דער רבי איז איבער אלעם, 2) אויב נישט ווער יא.
אויף די ערשטע האלטן די אהרונים אז דער רבי קען נישט, און די זאליס האלטן אז דער רבי קען יא.
אויף די צווייטע בעטן די אהרונים אז נאכן זאגן אז דער רבי קען נישט, זאלן די ריכטער זאגן אז בערל איז פרעזידענט, און די זאליס זאגן אז עס נישטא אזא אפשען, נאר דער רבי איז בעל הבית. [הגם זיי האבן יא די לעצטע מינוט געוואלט אריינגעבן, אז די ריכטער אויב וועלן זיי זאגן אז דער רבי איז נישט העכער אלעם, זאלן זיי דערקלערן יעקב כהנא, אבער למעשה האבן זיי דאס אריינגעגעבן צו שפעט און זיי האבן דעריבער צוריק געצויגן זייער 'קראס אפיעל'].
אויף די צווייטע זאך, אויב דער רבי איז נישט בעל הבית ווער יא, איז געווען די מיינונג פון רוב לעגאלע עקספערטן, נישט פון די גרעסערע עקספערטן פון די מקוה רעד איך...] אז אזא זאך ווערט צוריק אראפגעשיקט צו די נידעריגע קאורט אפצומאכן ווער יא, הגם די אפעלאט האט די רעכט דערצו, וועלן זיי עס אבער נישט טוען.
איז יעצט אזוי, וואס קען געשעהן איז, אז די אפעלאט ריכטער איבער באראש'ס פסק, זאלן אננעמען, די ערשטע טענה, די 'טענה פון די אהרונים' אז דער רבי איז נישט בעל הבית, איז אמת, אבער נעמען די אהרונים'ס טענה און דאס אויסדרייען קעגן זיי, און אנשטאט דערנאך צוריקשיקן צו די נידעריגע געריכט וועלן זיי אליין פסק'ן אז יעקב כהנא איז ראש הקהל.
און די סיבה, ווייל ווען נישט ראזענוואסער גייט ווען דער פסק צוריק צום דער ריכטער וואס האט איבערגענומען די 'ווארק לאוד' פון ריכטער באראש, אבער היות אז ראזענוואסער האט שוין גע'פסק'ט, איז די איינציגע וועג אפצושטעלן די אהרונים, איז אויב די אפעלאט אליין זענען די וואס זאגן אז יענקל כהנא איז ראש הקהל, ווייל זייערע ווערטער זענען שטערקער ווי ראזענוואסער'ס ווערטער.
עס איז אויף דעם דא עטליכע עצות, וואס צו טאן, אפילו אויב עס געשעהט אט די דאזיגע ווייטע מעגליכקייט, אבער איך וועל דעם קאץ פון זאק נישט ארויסלאזן...
תוקן על ידי - פאקטיש - 23/02/2006 3:19:47
תוקן על ידי - כל_העולם - 23/02/2006 5:17:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 04:08 |
|
| |
מקוה איד
איך זעה א פערטע מהלך
אז זיי זאלען זאגען אז דער רבי איז יא בעה"ב נאר אזוי ווי דער רבי איז נישט אין דעם מצב צי זאגען א מיינונג (ער איז דעך געקידנעפט) האט שוין באראש געפסקנט אז עס גייט דעמאלס צי א APPROPRIATE ECCELESTICAL BODY וואס דאס מיינט צי א אויסגעהאלטענע ריכטיגע רוחניתדיגע רבנים אדער בי"ד וכדומה
יעצט שטעלט זיך א נייע פראגע וויבאלד ראזענוואסער האט פין דעם פרט בכלל נישט גערעדט
איז דער אזויגעריפענער סאטמערע בי"ד וואס באראש האט געמיינט?
אפילו יא איז די שאלה אויב זיי האבען צי פרי ארויסגעזאגט זייער מיינונגען בנוגע דעם סכסוך נאך בעפאר וואס מען האט פעסטגעשטעלט דעם רביס מצב ?
מיז עס זיין דווקא פין סאטמער?
זענען די אהרונישע דיינים אויך קוואלעפצירט ?
וויאזוי עס וועט נאר זיין וועלען די זאלונים עכ"פ שטיין מיט אסאך בעסער ווי זיי שטייען יעצט
תוקן על ידי - כל_העולם - 23/02/2006 5:20:58
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 16:58 |
|
| |
ס'איז פשוט אז זיי גייען ווארשיינלעך נישט באקומען קיין סטעי, ווייל דזשאדזש ADAMS און דזשאדזש DILLON האבן דאס שוין אפגעווארפן, און דאס צייגט קלאר אז לויט די פארשריפטן צו באקומען א סטעי, זענען זיי נישט בארעכטיגט דערצו,
קוקט וואס דשזשאדזש DILLON האט צו געשריבן: The requested TRO's are denied as movant's have not adequately demonstrated all three legal prongs required for immediate relieve, without prejudice to the decision of the full panel, i.e. irreparable harm, likelihood of success on the merits, and the balance of equities tipping in favor of the movant's
אגב: מקוה איד, האט דאס ערשטקלאסיג אראפ געלייגט,   
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 23/02/2006 16:59:22
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 17:06 |
|
| |
יענקעל ער שרייבט אז אינז האבן נישט געהאט די דריי זאכן וואס דארף זיין פאר אן עמערנזשנסי סטעי,
אבער פאר פיר דזשאדזש'ס איז נאך דא א טשענס
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 17:22 |
|
| |
13, דו ביסט WRONG, ווייל באראש האט נישט געשריבן אין זיין פסק, דעם לשון וואס דו שרייבסט, דו שרייבסט נאר נאך די זאלונישע נוסח, וואס זיי שרייבן כסדר, און זיי פרובירן צו לערנען פשט אזוי ווי דו שרייבסט,
דו שרייבסט אזוי: האט שוין באראש געפסקנט אז עס גייט דעמאלס צי א APPROPRIATE ECCELESTICAL BODY וואס דאס מיינט צי א אויסגעהאלטענע ריכטיגע רוחניתדיגע רבנים אדער בי"ד וכדומה , למעשה באראש אין זיין פסק שרייבט:
and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested
ecclesiastic tribunal rules otherwise
וואס מיינט נישט ר' זלמן לייב און נישט ר' יח"מ פרידמאן, דאס מיינט פשוט און פראסט א רבנישע דין תורה, בבית דין המרוצה לשני הצדדים, די זאלונים האבן שוין פראבירט צו באטיטלען דעם טשיף ראביי אלץ דער עקאליסטיקל ראבינער פון סאטמאר, אבער אן ערפאלג, טרייביונעל איז טייטש א משפט אדער קארט, און זיי לאזן כסדר אויס דעם ווארט,
.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 17:27 |
|
| |
בטחון, איך וויל חלילה נישט צוקלאפן דיין שטארקן בטחון, אבער די קרייטיריע פאר עמערדזשענסי סטעי איז אקאראט די זעלבע ווי פאר א נארמאלע סטעי, (א TRO), סא, איך האלט אז ס'איז כמעט נישט דא קיין טשענס אז זיי זאלן געבן א סטעי,
UNLESS...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 18:26 |
|
| |
יענקעלע רעדט סתם שטותים אזויווי אלעמאל. דילאן שרייבט זייער קלאר, אז אונז האמיר נישט דעמאנסטרעטעט אז אונז דארף מיר שוין האבן ריליעף, without prejudice to the decision of the full panel. דעס מיינט צו זאגן, אז סאטמאר האט זייער גוטע טשענסעס צו באקומען א סטעי ביי "די פול פענעל", וואס מיינט ביי די פיר זשאזשעס, נאר אונז האמיר נישט געקענט אויפווייזן אז אונז דארפן שוין באקומען די סטעי. דעטס אלל. אבער סאיז זיכער אז ביי די פול פענעל האמיר זייער גוטע טשענסעס אז די אייבערשטער וועט אונז העלפן צו באקומען א סטעי.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 18:40 |
|
| |
און אויסערדעם, האט 13 ארויסגעברענגט נאך א זייער שטארקע פוינט. סאיז הונדערט פראצענט אז באראש האט נישט געמיינט מיט די ווערטער אז מזאל גיין צו דין תורה, ווייל דעס איז דאך געווען די ערשטע טענה פון די אהרונים אז מזאל אונז צווינגען צו גיין צו א בי"ד אינדרויסן פון סאטמאר, וואס ווערט אנגערופן אין קאורט ארביטרעישאן, און ער האט נישט געוואלט גרענטן יענע מאושען פון די אהרונים. קען דאך נישט זיין אז יעצט הייסט ער גיין צו דין תורה?! נאר פונקט פארקערט ווי יענקעלע האט געשריבן, ער האט דירעקט און אויסדריקליך געמיינט צו זאגן אז א בי"ד פון סאטמארע דיינים זאלן זאגן! ווייל ער האט אנגענומען געזעצליך אז וויבאלד די קהילה איז אונטערגעווארפן א דעת תורה, איז וואס געשעט אויב די רבי קען נישט זאגן זיין מיינונג?! לאמיר זאגן כ"ז אב תשל"ט, ווער האט יעצט די בעלות אויף די קהילה אויב די רבי איז נישטא?! סקען נישט זיין די ראשי הקהילה, ווייל די רבי זי"ע האט דאך נישט געוואלט אז די קהילה זאל זיין א באלעבאטים קהילה. מוז זיין איין זאך, אז די דיינים דארפן זאגן, און דעס האט ער געזאגט, אז א גוט אינוועסטעט בי"ד אין סאטמאר דארף זאגן זייער מיינונג. יעצט גייט זיך אנהייבן די שאלה ווער האט די גוטע בי"ד?! אויף דעם האב איך נישט קיין ספק קיין איין רגע, אז הגאונים הצדיקים די דיינים שליט"א וועלן זיין שטערקער ווי שמואל דוד מארקאוויטש און משה דוד גאלדשטיין...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 19:04 |
|
| |
יענקעלע דו שרייבסט UNLESS.....
דאס מיינט אפאר מעלאנעס
אנטווערפנער איך וויל דיר זאגן די זעלבע זאך עס איז זייער מעגליך אז דיין טאטע קען אסאך מער זיין רב ווי דער טשיף ראביי מען דארף נישט משה גאלדשטיין מען דארף נאר אפאר גוטע עווידענס וואס מען קען האבן פאר דע רייט פרייס אז דער רב איז רב הצעיר וד"ל
BTW וויפיל האט געקאסט סטוארט וויפיל האט געקאסט ווערטהיימערס ווידיאו?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 20:23 |
|
| |
אנטווערפן, טאמער רעד איך אזעלעכע שטותים ווי אלעמאל, איז דאס באמת א קאמפלימענט.
דו שרייבסט שוין מיט שיינע רויטע אותיות, אבער דער דזשאדזש האט נישט געשריבן דאס וואס דו שרייבסט, איר זענט געלאפן בעטן א סטעי פענדינג אפיעל, דאס הייסט א אפהאלט נישט צו אינפארסן דעם פסק פון ראזענוואסער ביז צום אפיעל, און דער דשזאדזש שרייבט אויף דעם, אז איר האט נישט איבערגעצייגט אז איר גייט האבן א אמפארעטבארער שאדן אויב וועט ר' בערל איבער נעמען קהל יטב לב, אויך האט איר נישט איבערגעצייגט אז איר האט א גוטן טשענס צו געווינען ביים אפיעל, און דריטענס, האט איר נישט איבערגעצייגט פארוואס ס'זאל זיך ענק ענדערשט קומען ווי פאר די אהרונים, און דאס איז יעצט בעפאר די 4 דזשאדזשעס, ס'איז קיין שום נפקא מינא די פאריגע וואך פרייטיג צו קומענדיגן מאנטיג, עס איז די זעלבע דריי קרייטיריעס וואס פארלאנגט זיך,
און דאס וואס ער שרייבט without prejudice to the decision of the full panel מיינט אז זיין מיינונג איז נישט א פסק וואס איז מחייב די 4 דזשאדזשעס נאר זיי אליין קענען מחליט זיי צו איר האט די דריי תנאים וואס פעלט זיך אויס פאר א סטעי, אבער וואס דו שרייבסט אז איר האט גיטע טשענסעס, ביי די 4 דזשאדזשעס איז מאן דכר שמיה, איר האט אקאראט דעם זעלבן טשענס וואס איר האט געהאט ביי קרויזמאן, עדעמס און דילאן, ווי איר האט מיאוס פארלוירן, אדער טאקען וועגן דעם נאך א סאך א קלענערן טשענס, ווייל די דזשאדזשעס ווייסן אז מען האט אייך שוין 4 מאל אפ געזאגט,
און וואס דו פאריפסט דיך אויף וואס 13שרייבט, איז מפורש זייער נאריש, ווען דו פראברסט ווייטער אויף דעם נארישן זאלונישער שטייגער מיר מסביר זיין וואס באראש האט "געמיינט", ווען ער שרייבט קלאר, א איקאליסטיקאל "טרייביונאל" און אויב ווייסטו נישט וואס טרייביונאל מיינט דאן פילייכט נעם א דיקשאנערי, (אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט) און קיק שיין נאך, און דער פשט איז פשוט, מיר האבן כסדר פארלאנגט אז מיר ווילן גיין צו דין תורה, און די זאלונים האבן נישט געוואלט, און אויב שרייבט דער דזשאדזש אז נאר דער רבי איז בעל הבית און שרייבט נישט צו די פאר ווערטער פון איקאליסטקאל טרייביונאל, האט ער פאקטיש אויסגעשלאסן די מעגלעכקייט פון א דין תורה, ווייל נאר דער רבי איז דער וואס קען פסקענען (לויט באראש) ע"כ האט ער געמוזט צו לייגן די וערטער איקאליסטיקאל טרייביונאל אז מען זאל נאך אלץ האבן די מעגלעכקייט צו גיין צו א בית דין המרוצה לשני הצדדים, והדברים פשוטים.
דו האסט זייער ליב צו שריבן וואס דער דזשאדזש האט "געמיינט", און ראזענוואסער האט ענק שוין געוויזן, און אזוי אויך די 7-8 דזשאדזשעס וואס האבן אפגעווארפן ענקער סטעי פארלאנג, טראץ דו הונדערטער פעידזשעס מיט הסברים וואס באראש האט "געמיינט", האט מען אייך געוויזן אז אין קארט איז נישטא אזא זאך מען האט "געמיינט, דא איז נאר דא קלאר און דייטליך וואס מען האט געשריבן, און מען האט געמיינט נאר די פשוטע פשט אן קיין פשעטלעך און דרייטלעך.
 |
|
|
|
|
|