| נשלח ב-24/2/2006 01:26 |
|
| |
ליפא נישט געזינגען ביי געמישטע חתונה
ליפא שמעלצער האט נישט מסכים געווען ארויפצוגיין זינגען ביי א געמישטע חתונה וואס איז פארגעקומען אין אר"י (מסתם האט מען אים גערופן צו קומען דארט זינגען, און ער האט נישט געוואוסט פון פאראויס אז סאיז געמישט).
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1818700
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 01:30 |
|
| |
אור זרוע לצדיק
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 01:31 |
|
| |
ליפא שמעלצער מסרב לשיר בחתונת זיסר כי החתונה מעורבת
הזמר ליפא שמעלצער, שהגיע במיוחד לארץ, כדי להופיע בחתונת בתו של איש העסקים מוטי זיסר, מסרב להופיע בשמחה, למרות כל ניסיונות השיכנוע של זיסר ומקורביו, בטענה כי החתונה מעורבת. לטענתו, התחייבו שבשמחה תישמר ההפרדה. לעומתו, יעקב שוואקי, עמירן דביר, דדי גראוכר, שרוליק הרשטיק ומקהלת הילדים שירת הים - עלו להופיע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 03:52 |
|
| |
קלוג!! ער ווייסט וואס גייט געשעהן אויב גייט ער יא וואוינט ער נאך אין סקווער?
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 24/02/2006 3:51:19
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 16:08 |
|
| |
א איד וואס טוט א גוטע זאך - און עס קומט איהם שווער, זייער שווער - קומט איהם אסאך קרעדיט.
וויפיל פון אונז וואלטן בייגעשטאנען א ענליכן נסיון?
ס'מאכט איהם נישט פאר א צדיק, אבער מצוה גוררת מצוה, ער האט פאקטיש געטון א דבר טוב, ס'האט נישט צו טון אויב ער האט געהאט זייטיגע כוונות. פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 16:13 |
|
| |
ס'איז זיכער אז ער האט געטון א גוטע זאך, און אזא מעשה מאכט א שטארקן רושם, למעלה און למטה.
דער פראבלעם איז נאר אז אזעלכע מעשיות ווערן גענוצט אלס כשר'ער חזיר פיסל וויאזוי אים אריינצוברענגען אין היימישע שטיבער.
איך געדענק נאך ווי איך האב מיט יארן צוריק געהערט גאר א חסיד'ישן אינגערמאן זיך אויסדריקן מיט קעלבערנע התפעלות אויף MBD, אז ער רעדט נישט א גאנץ שבת, ועוד כהנה וכהנה. א רחמנות צו זען ווי דעם אינגערמאנ'ס קינדער קוקן היינט אויס. איך בין איבערצייגט אז דאס זענען די פירות פון הערן די זשעזי ניגער סטייל מוזיק [צוויי פון זיינע קינדער טוען היינט אין מוזיק, און לאו דוקא חסיד'ישע...]
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 16:57 |
|
| |
מען קען נישט טוישן די תורה צוליב מוחות קטנות.
ליפא'ס מוזיק - איז א חורבן. ליפא'ס ליצנות - איז א שרעקליכע פירצה. ליפא'ס חסד - איז א דבר טוב. ליפא'ס נישט זינגען ביי די געמישטע חתונה - ביגעשטאנען א גרויסע נסיון. ליפא'ן אלס חבר מיט אלע מצוות און מעשים טובים - בין איך נישט קיין דיין, אבער פון דעם לינק http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1771845 קען מען עפעס ארויסנעמען.
די הלכה איז, ווילאנג א איד איז נישט מוחזק אלס רשע, מוז מען אים דן זיין לכף זכות, אויב איז ער מוחזק אלס רשע - אפילו מיט איין זאך - דאן אפילו די מעשה איז נוטה לזכות מוז מען איהם דן זכות לחובה ביי יענעם ענין.
קומט אויס:
ווען מיר וועלן האבן אויף איהם א ספק בענין ליצנות - וועלן מיר איהם דן זיין לכף חובה, צוליב זיין חזקה אין די ענינים.
ווען מיר וועלן האבן אויף איהם ספק בענין חסד און זינגען ביי געמישטע חתונה - וועלן מיר דן זיין לכף זכות, צוליב זיין חזקה אין די ענינים.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 17:13 |
|
| |
מענין לענין באותו ענין
די וואך איז געווען א איסור אין דער איד פין התאחדות קעגן ליפא'ס טעיפס איך קען עס נישט פארשטיין
איז ער דען דער איינציגסטע מיט אזעלכע טעיפס?? פארוואס קימט נישט ארויס קיין איסור קעגן יעדעם וואס מאכט אזעלכע טעיפס?? פארוואס האט נישט די איסור געהאט א חתימה פין רבנים ווער עס שטייט אינטער דעם??
איז דאס נערמאל אז א ארגענזאציע וואס כלמפועריש איז דאס א איחוד פין רבנים זאל ארויסקימען קעגן איין מענטש אן זיך אדורך שמיעסן, אן חתימות,אן ווארענען יענעם עס נישט צי טיען, וכודמה??
אריך בין אויך שארף קעגן די טעיפס, איך קויף עס נישט אבער אז ארגענזאציע זאל זיך נעמען האקען קעגן א פריוואטע מענטש אויף א אומציוועלעזירטע אופן, אויף א בלינדען עקסטערעמיסטישען וועג,האט נישט קיין שום פשט, ווען רבנים שרייבן עס אינטער קען מעס נאך פארשטיין
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 17:48 |
|
| |
נבוכדנאצר 
שפתים ישק, אזויווי תמיד.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2006 19:38 |
|
| |
סוף זעה איך אין בח"ח אז עס שטעלט זיך ארויס, אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און ער האט יא געזונגען ביי די חתונה, פשוט און פראסט להד"ם.
לויט די באריכטן דארט, רעדט זיך עס פון א מזרחי'סטישע חתונה, ס'איז נישט געווען געמישט אין פולן זין פון ווארט, מענער און פרויען באזונדער, נישט קיין געמישטע טענץ, נאר אהן א מחיצה.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1818700
גיי ווייס וואו דער אמת ליגט.
יעדער טענה'עט אז "ער איז עכט דארט געווען"...
|
|
|
|
|