בית פורומים כל העולם כולו

פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2006 18:11 לינק ישיר 
פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ
מצורף קובץ

וואס האלט דער עולם: איז די מערכה בארעכטיגט?

1. לכתחילה

2. בדיעבד

3. משוגעים

4. מ'דארף מוחה זיין אבער נישט אזוי

5. ארויסגיין קעגן א יחיד איז אויסער יעדן פראפארץ אפילו זיי זענען גערעכט

6. ער איז נישט אזא גרויסער רשע ווי מען מאכט איהם

7. זאלן די סאטמורים קודם קערנעמען פון זייערע אייגענע פראבלעמען

8. ס'גייט מיך נישט אהן

9. ער טוט אויף א געוואלד פאר אידישקייט

10. בלויז די סאטמערער האבן פראבלעמען

11. די מערכה איז נאך ווייניג קעגן זיינע מעשי רשעות

12. כ'האב אן אנדערן מיינוגנ וועלכע ווערט נישט דא דערמאנט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 22:53 לינק ישיר 

בא ללמד סי באלאנגט טאקע נישט דא אבער איך האב עס געטוהן פאר א ניק וואס האט נישט קיין זכות כתיבה .

דער עיקר איז אז ווי איך האב געוויזען אז ליידער ליידער ווערט א יעדען טאג ניכר אז דער דרך הרבי מסאטמאר איז טאטאליש נשתכח געווארען,

אז מ'קען שרייבען שקרים וכזבים און משוגע מאכען אזוי פול רבנים מיט אזעלעכע דמיונות שוא.

קען איינער מסביר זיין פאר הערשל קלאר דער חילוק פון היא ביז הוא?

אדער מיינט ער אפשר אז אויף איווריס זאגט מען תהולת ה' ידבר פו.....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2006 22:52 לינק ישיר 

קערי, שעם זיך.

א סאטמארער זאל אזוי רעדן???

אפילו די פרומע רעכטע ציונים רעדן נישט אזוי ווי דו.

יא, ביז מיט אפאר יאר צוריק האבן די רעכטע ציונים געשריגן אזוי ווי דו אז די משטרה איז "נעבעך אומשולדיג"

היינט, רעדט שוין קיינער נישט אזוי, נאכדעם וואס זיי האבן געשפירט די שרעקליכע אכזריות פון די מדינת ישראל משטרה און יס"מניקעס אויף זייערע אייגענע ביינער, ספעציעל ביי די לעצטע איבערקערענישן אין עמונה וואו די ברוטאליטעט פון די מדינת ישראל לאו ענפארסמענט איז געווען אויפ'ן העכסטן פארנעם וואס שייך. די פאליציי האט ממש געשפאלטן קעפ און כמעט געפירט צום טויט פון עטליכע יוגנטליכע.

אפילו נאכדעם וואס די יוגנטליכע האבן אויפגעהויבן די הענט און זיך געבעטן אז זיי ווילן פרייוויליג אויפגעבן האט מען ווייטער געהאקט שטיקער אין זיי. אפילו אזעלכע וואס האבן גארנישט געטאן נאר געכאפט בילדער, אדער סתם אזוי געשריגן האבן געכאפט מכות כדי להמית.

נישט אומזיסט ווערט מדינת ישראל "יעדע יאר נאכאנאנד" קריטיקירט דורך אמעריקע איבער אירע מענטשן רעכט פארלעצונגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2006 22:45 לינק ישיר 

בא ללמד

ווען די סאטמערע {ארונים} אין אלעדד  האבן אפאר יאר צוריק
געטיען עפעס ענליכעס ווי דאס, אין גענימען א פטור פין טעקס, איז געווען אין דער איד ריזיגע פלאקאטען פין איסורים וחרמות אז די ארונים נעמען געלט פין די מדינה

איך געדענקט נישט פינקטליך די מעשה דעמלאטס
צי עס איז געווען אמת אדער נישט
מן הסתם זענענן דא מענטשן וואס געדענקען עס בעסער

אבער אויב מען זעט אז די זאליס טיען עס אליינס דעמלאטס זעט מען וואס פארא היפראקיטן זיי זענענן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 22:32 לינק ישיר 

יוחי.

איך גלייב אז דאס געהער שוין אין א באזונדערן אשכול.

ווען איך בין געווען אמאל אין אר"י מיט יארן צוריק, איז אויך צוגעקומען צו מיר עמיצער בשעת איך האב געהאלטן אינמיטן דאווענען אין רח' יואל, מסתמא האט ער דערקענט אז איך בין "פונדרויסן", און ער געט מיר א ווייז אויף א עלעקטרי ביל וואס האט פונקט דארט געהאנגען אויף די וואנט - אלס טייל פון א קאמפיין פאר נדו"נ - און פרעגט מיר "סאטמאר נעמט נישט קיין געלט ?!", און ווייזט מיר אז דארט שטייט אז דער ביהמ"ד באקומט א פטור אלס מוסד ציבורי.

האב איך אים געענטפערט, אז איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער ווייזט מיר דארט, אבער אפילו ווען דער רבי זי"ע אליין וואלט גענומען געלט ח"ו וואלט עס אויך ביי מיר נישט געווען קיין היתר, זיכער נישט בעפאר ער איז מברר טעמו ונימוקו, דערפאר איז עס ווייט נישט קיין קשיא ביי מיר. העכסטנ'ס וועט מען זיי אויך אפירנעמען ביים בי"ד של מעלה.

לאמיתו של דבר, איך האב נאכנישט קיין הונדערט פראצענטיגע תשובה, אבער איך מיין אז זיך ארויסדרייען פון באצאלן זייערע שטייערן איז אקוראט ווי באשווינדלען א רויבער, און איז ווייט נישט קיין געפיל פון באקומען א טובת הנאה. אבער איך זאג עס אויף די אייגענע האנט, און מעגליך בין איך נישט גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 22:15 לינק ישיר 


באקומען אין אישת  פון הרוצה בעילום שם
אבער ער זאגט ער האט געזעהן דאקומענטען אויף אלעם.


סאטמאר ירושלים האט הנאה פון די עירייה.

אולם סאטמאר בירולשים לא משלם ארנונה. < ארנונה איז שטאטישע טעקס.

סאטמאר מקבל הנחה לדירה של חיים צבי ט"ב.

שנה שעברה סאטמאר לא שילם את הארנונה לדירת חיים צבי ט"ב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2006 22:03 לינק ישיר 

איך מיין אז איידער מ'זעצט זיך אוועק באטראכטן די שאלות, וואס זענען באמת ווערט אין באטראכט צו נעמען, דארף מען קודם פרעגן א אנדערע שאלה:

צי וואלט דער פראטעסט פארגעקומען ווען דער דינער וואלט געווען אין מנורה ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 21:34 לינק ישיר 




היינטיגע קנאות איז בהכרח געבויעט אויף שקרנות דא האט איהר דעם שקר הגדול פון נישט ווייניגער ווי 12 רבנים

וז"ל לשונם השקרית פונעם פלאקאט, וואס אונזער נבוכדנצר האט פריער ארויף געלייגט און איך ברענד דא דעם רעפארט ווי א קאורט אין מדינת ישראל האט געשטראפט לופוליאנסקי פאר טוהן פונקט פארקערט וואס די רבנים המשקרים זאגען!!!

"היא [הוא - וואס א נפקא מינא היא-הוא מיר רעדען נישט קיין איווריס אדער אפשר איז ער גאר אן אשה? מי יודע?] הגבר שהתפאר בעת התמנותו שיחזיק ידי עוברי עבירה וכל אנשי תועבה יוכלו לבצע זממם הרע בלי מונע. "


http://news.bbc.co.uk/2/hi/middle_east/4624843.stm


Jerusalem gay march ban set aside




The event has been held for the last three years



A Jerusalem court has ruled that the city's annual gay parade should be allowed to take place next Thursday as originally scheduled.

The decision overturned a ban on the event by the city's council, which had said the event would be "provocative" and set off unrest.

The judge ordered Jerusalem's mayor to personally pay 30,000 shekels ($6,600) to the city's gay and lesbian centre.

He said this would cover the group's legal costs and underwrite the event.

In addition, Judge Mussia Arad ordered the council to pay and additional 30,000 shekels to the group, and to line the parade route with banners representing the group in advance of the event, as the city customarily does for other parades and cultural events.

In her ruling, the Jerusalem district court judge said the city did not have the right to prohibit the parade, arguing that the mayor could not act with prejudice against a group of people because he disagreed with their views.

The event has been held for the last three years and previously passed off peacefully, albeit under heavy security.

'Sodom' fears


Three months ago, Christian, Jewish and Muslim religious leaders held a news conference calling for gay festivals in Jerusalem to be banned.

They said a gay parade through the city could spark violence. One Muslim cleric suggested gay events in Jerusalem would attract divine wrath similar to that which destroyed the biblical city of Sodom.

Several weeks ago, Jerusalem's gay and lesbian centre - Jerusalem Open House - postponed an international gay event, Jerusalem WorldPride 2005, that had been scheduled for August and would have coincided with Israel's planned Gaza pullout.


הכותב השורות הללו איז געווען ביי א פאר עמערגענסי מיטינגס בפקודת הרב אלישב ביי אגודת ישראל ווי אזוי מ'זאל העלפען דעם מעיאר אבער די שקרני הדור טענה'ן אז דער אמת איז ביי זיי...

די שאלה איז צו איינע פון רבנים וואלטן אפשר צו שטייער געגעבען פאר הרב אורי צו באצאלן זיין קנס?

יא "הרב אורי" א טאטע פון 12 קינדער א איש החסד אהוב למעלה ונחמד למטה א מקדש שם שמים איז א דארן פאר זיי אין די אויגען

תוקן על ידי - yohcee718 - 26/02/2006 21:39:10



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2006 21:13 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט - ווער קען מיר מסביר זיין?

לאפליאנסקי איז דאך נאר א שליח ציבור פון אלע אגודאים. אויב אזוי, וואלט דאך געווען ראטזאם - אז תיכף נאך די פראטעסט פון תועבות אין ירושלים, זאל מען מאכען א פראטעסט אין פראנט פון בעלזא בית מדרש.

נאך ניתוחי מתים - און פראנט פון קלויזענבורג

נאך וואס די קנאים שלאגען פאליציי און כאפען צירוק - און פראנט פון וויזשניץ
וכו' וכו'.

וואס עפעס נאר לאפליאנסקי??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:29 לינק ישיר 

ס'איז נאריש צו קוקען וואס מ'האט נאך נישט אויפגעטון, ווען ס'איז דא א ליסט מיט זאכן וואס מ'האט שוין יא אויפגעטון.
פארשטייט זיך אז ס'גייט נישט על רגל אחת, די פרייע זענען דאך די רוב אין ירושלים.
סוף כל סוף האבן די היימישע עסקנים אין ירושלים שוין געהאט אסאך טובות פון עם, ווי למשל פערמיטס צו בויען בתי מדרשים וכדומה. וואס פון א פרייע מעיר וואלט מען קיינמאל נישט געהאט.

וועגן דעם ווייסט מען דארט עם צו עפרישיעטען.
פאריאר פורים איז אנגעקומען א שיינע גרויסע משלוח מנות צו עם אין שטיב פון די סאטמערע עסקנים וואס דארפען אויך אנקומען צו זיינע הילף. (כ'האב עס געהערט פון איינעם וואס האט עס געזען אליין)

א ציוני בלייבט ער אזוי ווי סיי וועלעכע גערע אדער בעלזע יונגערמאן, נאכמער ווייל ער איז אריין און זיך מחבר געווען מיט רשעים. (כמבואר בויאל משה חומר הענין)
דאס צו מ'מעג אריינגיין ארבעטען מיט רשעים ווען מ'קען אויפטון פאר יודישקייט, דאס איז שוין א אלטע מחלוקה צווישען כ"'ק אדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל און אלע אנדערע גדולים, אבער דעיס אליין איז נישט קיין סיבה צו גיין מוחה זיין ווען למעשה האט ער יעצט גארנישט ראנג געטון, און מ'זיכט נישט עפעס אויפצוטין, און ווען מ'וועט יא וועלן עפעס אויפטון און מאכן א מחאה קעגען יענע פירצה, וועט יעדער לאכן אז די סאטמערע שרייען שוין ווייטער.
אזוי ווי די משל אין מדרש פון די פאסטעך וואס האט געשריגן א וואלף ! און ווען מ'איז געקומען אים העלפן האט מען נישט געזען קיין וואלף, אזוי האט ער געטון איין מאל און נאכאמאל ביז מ'האט זיך שוין אויסגעלערענט אז ער שרייט סתם אין די וועלט אריין, איינמאל האט זיך געמאכט אז ס'איז טאקע געווען א וואלף און ער האט געשריגן א וואלף ! א וואלף ! און קיינער איז עם נישט  געקומען צו הילף. און די וואלף האט עם צופליקט אלע זיינע שאף.
והמבין יבין הנמשל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:27 לינק ישיר 

אלע פיר קשיות האבן איין תירוץ מען איז "נישט" מוחה קעגן לופליאנסקי מען איז "יא" מוחה קען אהרונים, וואס לופליאנסקי גייט זיך געפינען אין א בילדינג וואס געהערט פאר די אהרונים איך פארגין פאר די קנאים - געציילטע טעג פאר פורים - אביסעלע פאן, זיי האבן שוין לאנג נישט געהאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:16 לינק ישיר 

שבת זענען כמובן געווען האמפערייען אין בית המדרש, טייל האבן מחייב געווען, טייל האבן שולל געווען.

כ'וועל דא ברענגען עטליכע טענות, צו הערן דעם דעם דעת הקהל:

א. קיין איין סאטמארער דיין אדער רב האט נישט אונטערגעשריבן אויסער רז"ל פילאפף.

ב. "שובו" איז אן ארגאניזאציע, ווי האט מען רעכט ארויסצוגיין פראטעסטירן קעגן א פריוואטע אונטערנעמונג? ווען לופליאנסקי זאל האבן געקומען קיין וואשינגטאן וכדומה בשם תושבי ירושלים - איז דא א מקום פאר א פראטעסט, אבער ווען ער קומט צו זיין אן אורח הכבוד פאר א ארגאניזאציע, איז דען דא א רעכט צו מאכן א פראטעסט?

ג. די זעלבע חברה האבן געמאכט דעם פראטעסט קעגן הרב שטיינמאן, וואס לכל הדעות האט דאס נישט געהאט קיין זינען, ווייל ער האט דאך זיכער א דין יחיד, לופליאנסקי איז למעשה א "איש ציבור", א פובליק פיגור, ממילא פארשמירט עס דעם פנים פון קנאות.

ד. די רבנים האבן נישט אונטערגעשריבן מדעת עצמם, מען האט זיי פארדרייט א קאפ.

ה. ער איז שוין דא געווען אסאך מאל, ומה יום מיומיים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:09 לינק ישיר 

מצורף קובץ

לעצטע זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:07 לינק ישיר 

מצורף קובץ

זייט 3



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

זייט 2





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נאך א בראשור
זייט 1





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext