בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז: יחזקאל בראך'ס לאט גייט זיין די דורכפאל צום געדענקן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2006 18:32 לינק ישיר 
אנאליז: יחזקאל בראך'ס לאט גייט זיין די דורכפאל צום געדענקן

איך וויל דא אנעלעזירן און באהאנדלן פארוואס - לויט מיין מיינונג - גייט דער אפקויפער פון
יחזקאל בראך'ס לאט דערלייגן דעם קאפ

אדרבה לאמיר הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן

די אונטערלאגע ווי פארשטענדליך צו דעם איז עטליכע פאקטן

וויפיל פרישע משפחות קומען צו יערליך אין קרית יואל, אינערליך דאס הייסט פון חתונות

וויפיל משפחות מופן קיין קרית יואל יערליך, פון טאהש, וויליאמסבורג, מאנסי

וויפיל משפחות אין קרית יואל האבן שוין געקויפט אייגענע דירות

וויפיל פון די משפחות וואס האבן נישט קיין אייגענע דירות, מאכן שוין חתונה אדער האלטן ביים
חתונה מאכן קינדער

וויפיל געלט דארף מען האבן אראפצולייגן פאר די אומ-אפציעלע דאון פעימענט פאר א דירה 2-3 יאר
פאר עס איז פארטיג

וואו האלט די פרייזן פון די דירות, ו

וויפיל דירות מען בויעט שוין איז די קומענדיגע 3-4 יאר, דאס מיינט, שוין אנגעהויבן צו ארבעטן
אויפן שטח

וויפיל איז די מינימום דירות / די דורכשניט / די מאקסימום דירות, וואס מען קען בויען אלץ שטח,
ווען די אנעקסעישאן פראצעדור גייט אדורך

וויפיל געלט קאסט חודשליך א דירה, וואס די קאסט פון די דירה איז צווישן 350-450 טויזענט דאלער

וואו האלט די רענט מאקעט אין קרית יואל לגבי פרייזן

וואו האלט די רענט מארקעט אין קרית יואל לגבי וויפיל דירות זענען אוועליבעל

וויפיל גייט קאסטן פאר די עווענטועלע בילדערס וואס קויפן יחזקאל בראך'ס לאט יעדע דירה פאר מען
גייט אראפהאקן די ערשטע בוים, איז עס 50/75/85/95 טויזענט דאלער

וויפיל גייט זיי קאסטן יעדע דירה, פאר אינפרעסטרוקטור, סוער, וואסער, גאסן, וועד הקרי' און
נאך פאר יעדע דירה, איז עס 45/55/65 טויזענט פער דירה?

וויפיל קאסט א יאר צו פינאנצירן בערך 20,000,000.00 - צוואנציג מיליאן - דאלער וואס יחזקאל
בראך בעט פארן שטח - לויט די שמועות - וויפיל קאסט עס אויב האבן זיי עס פאר 5% / 7.5% / 10%
פראצענט א יאר, וואס עס איז מן הסתם מער נענטער צו 10 פראצענט אויב נישט מער, עס קומט אויס
בערך צווישן 1 ביז 2 מיליאן א יאר

וויפיל צייט, וועט געדויערן ביז די אנעקסעישאן פלענער גייט דורך, א האלב יאר, א יאר,
אנדערהאלבן אדער צוויי יאר

וויפיל צייט וועט נעמען ביז די לעגאלע געפעכטן צווישן די ווילידזש, מיט די קאונטי, ארומיגע
מונאצעפעליטעטן וועט זיך ענדיגן איבער וואסער, סוער, ראוד'ס און ענווייראמענטאלע אישו'ס

וויפיל צייט ווען געדויערן ביז מען וועט קענען אנהייבן בויען דירות אויף דעם שטח

וויפיל יאר וועט נעמען ביז דירות וועט ווערן פארטיג

לויט דעם סך הכל פון יארן וואס וועט נעמען די אנעקסירן, אנהייבן בויען, ענדיגן בויען,
געוואנדן אין די פראצענטן צו פינאנצירן דעם שטח איז פארן דורכשניט פון 1.5 מיליאן א יאר, און
א דורכשניט פון 4 יאר ביז די דירות וועלן זיין פארטיג, רעדט מען פון פרישע 6,000,000.00 דאלער
וואס איז נאך דרייסיג טויזענט דאלער פאר יעדע דירה,

אויב לייגט מען צו וויפיל געלט עס וועט קאסטן צו פינאנצירן די קאסט צו בויען די דירות, רעדט
מען פון פרישע צענדליגער טויזענטער פאר יעדן דירה

דעריבער לויט מיין אפשאצונג נעמענדיג אין באטראכט, די אלע נקודות, איז דאס גאראנטירט פאר א
קאלאסאלע דורכפאל וואס וועט אפקליגן ווער ווייסט ווי ווייט

איך האלט אינמיטן צוזאם שטעלן אלע פאקטן, און געבן א מער קראנטע, דעטאלירטע אנאנליז, אבער
ביזדערווייל לאמיר אלע צוזאם ברענגן ווי מער פאקטן

נו, געגאנגן








דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 03:16 לינק ישיר 

מען טענה'ט זיך און איך הייב נישט אן צו וויסן וואס דא גייט פאר.

האט ר' יחזקאל בראך באשלאסן צו פארקויפן דעם לאט? אויב יא איז דאך דאס זייער אן אינטערסאנטע נייעס וואס ס'קומט זיך פאר דעם אן עקסטערע אשכול.

איך האב געזען אן אשכול אז ועד הקרי' וויל אפקויפן דעם לאט. דא זע איך עפעס אז פריוואטע אינוועסטארס גייען עס טאן.

אלזא, ווער קען מיר קלאר מאכן וואס דא גייט פאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2006 23:42 לינק ישיר 

I Agree



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2006 22:33 לינק ישיר 

שקל שלם אבער ווען יעדע דירה קאסט 100 טויזענט פאר די לאט פער דירה און נאך 50 טויזענט פאר וועד הקרי' - אלץ ת"ת, סוער, וואסער , אינפרוסטרוקטור פאר יעדע לאט פער דירה און נאך בערך 40 טויזענט צו טראגן 'קעריען' די לאון פארן קויפן די פראפערטי פאר יעדע לאט פער דירה און נאך 40 טויזענט פאר די קאנטראקשען לאון, פאר יעדע לאט פער דירה און נאך בערך 70 א סקווער פיס צו בויען, צב"ש 2500 סקווער פיס קומט אויס בערך 175 טויזענט לאט פער דירה דאס קומט אויס צו 405,000 א דירה פון 2500 סקווער פיס, פאר א דאלער פראפיט, און גלייבט מיר אז די קאסט וועט זיין מער ממילא "מוזן" זיי "בלית ברירה" בעטן א מינימום פון 450,000 א דירה, און זאל הייסט א האלב נארמאלער ביזנעס אינוועסטמענט מוזן זיי בעטן 475,000 א דירה איז די פראגע צוריק איז דא 200 אידן אין קרית יואל וואס האלטן ביים קויפן דירות פאר "זיך" פאר 475,000, און איך זאג פאר זיך, ווייל די מארגעדזש, מיט טעקס, קאנדאמיניום, און מעינטענענס פאר אזא דירה וועט אויסקומען צו מינימום 3,000 א חודש, נו זאגט ווער וועט טרעפן צו פארדינגן אפילו א שיינע 2500 סקווער פיס אין צענטער פון שטעטל, א נייע דירה פאר 3000 א חודש בלויז עס זאל זיך דעקן קום איך צוריק צו מיין מיינונג, עס גייט זיין די דורכפאל פון ריעל עסטעיט אין קרית יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 21:47 לינק ישיר 

איך האלט הונדערט פארצענט אז די געשעפט גייט זיך נישט אויסארבעטן, זיי גייען זיכער פארקויפן אלע דירות, אבער נישט פאר די פרייזן וואס זיי גייען בעטן. סאיז דא א לימיט וויפיל מקען ארויסנעמען פון די קרית יואלע עולם, אפילו פון ווילאמסבורג וועט מען נישט קומען אזוי שנעל, פאר דעי פרייז קענען זיי באקומען א הויז אין וויליאמסבורג. די אהרונים פון וויליאמסבורג ווילן שוין נאמאר אנטלויפן פון דארט, א זאלי וועט זיכער נישט קומען, סא ווער וועט עס קויפן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 21:40 לינק ישיר 

וואס הייסט אויף א גרויסע לאט ?
מיינסט אפשר און סעווען ספרינגס?
אדער אין מילוועל לעין?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 21:00 לינק ישיר 

איך בין אן אהרוני, וואס וואלט וועגן געוואלט וואוינען אויף א גרויסע לאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:16 לינק ישיר 

איין מינוט א שאד זיך צו טעהנן פאר איך בן נישט קלאר

וואס ביסטו? אויב איך מעג פרעגן
א סאטמארער חסיד וואס וויל וואוינען או קר"י באיחוד חברים וידידים נאנט צום בית המדרש?
אדער א זאלי וואס דארף א שיינע לופטיגע הויז אין אפסטעיט אדער זוכט א פלאץ ווי צו עפענען א נייע געגענט? (וואס בדרך אגב קענסטו באקומען פאר פיל ביליגער און די נייע לאט און בלומינג גראוו)


תוקן על ידי - העלפ_פליז - 24/02/2006 20:17:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:11 לינק ישיר 

איך האב גערעדט פון וועד הקרי', זיי דארפן מאכן לאנג טערמיניגע חשבונות לאקעישאן לאקעישאן איז גוט פאר א בילדער וואס וויל היינט בויען, און לויט מיין מיינונג איז עס לימידעט פאר א צאל דירות, ווייל 1000 דירות אין פריים לאקעישאן פארשטייסטו איז נישט קיין חשבון, 10 איז יעדער מודה אז יא, די פראגע איז אויב 200 איז נישט צופיל פאר דעם אויסדרוק לאקעישאן, איך האלט לויט די מארקעט איצט אין קרית יואל, איז 200 היבש צופיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:09 לינק ישיר 

ווי פארגלייכסטו עיס פארם צו דעם איך האב נישט קיין נערווען איבער צו זאגן יעדע זאך
אז דו וועסט האבן 2 אפשאנס
200טויזענט אין עיס פארם 500 טויזענט און די לאט
וועלכע וואלסטו געקויפט?
אויב וואלסטו געקויפט אין עיס פארם מיסטו זיין א גרויסער זאלי כ'מיין משוגענער
נעקסטע זאך וואס איך האב שוין געזאגט אפילו די אנעקסינג מיט די אלע שוועריקייטן נעמען 10 15 יאר ביזנעס , אינוועסמענט גערעדט לוינט זיך עס נאך אלץ
אויב פארשטייסטו צו ביזנעס
און אויב דו קוקסט אויף צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:08 לינק ישיר 

ער האט עס געקויפט פאר 2 מיליאן

דער אינשורנס אגענט האט מיר געזאגט אז ער האט באקומען איבער 1 מיליאן פאר די פייער

וויפיל טעקס מען צאלט פאר א ליידיגע לאט, גיי אין טאון און קוק

די אלע פאליטישע געלטער האט נישט קיין שייכות מיט די פראפערטי, עס האט שייכות מיט דעם וואס ער
הייסט בראך אויף די לעצטע נאמען און איז א ברודער מיט נחמן בראך אויך א גביר וואס משוגעת איז
וויכטיגער ווי הנאה האבן פון לעבן

תוקן על ידי - אנאלעזירן - 24/02/2006 20:07:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:01 לינק ישיר 

איך האלט אז עס לוינט זיך פאר 20 30 עשירים צו אינוועסטן דארטן און עס אפקויפן אפילו פאר 20 מילאן
איי ועד הקרי' וועט נישט לאזן ? אז מען וועט ארבעטן מיט זיי וועלן זיי קענען באשטיין אבי  זיגי טוט נישט אליין וואס ער וויל אוודאי וועלן זיי זיך רעגן אויף דעם שגץ שטיק פון ער האט געטוהן אבער עס לוינט זיך נאך אלץ
 נאר קען זיין אז זיי וועלן ווארטן ער זאל זיך אליין דערשטיקן דערמיט און ער וועט עס במילא אויפגעבן

און אויסער דעם האסטו נישט גוט גערעכנט ער האט עס געקויפט פאר מינימום 3.5 מיליאן + צאלט ער אינשורענס , טעקס, היבש אסאך + לויערס פאר די וואלן + די קאמפיין און שוחד פאר די זלונים קומט אויס מיליאנען
וויפיל ער האט געפלאנט צו מאכן דערפון וועט ער שוין נישט מאכן חוץ אויב ער וועט יעצט גיין ארבעטן מיט ועד הקרי' וואאס וועט שוין בעטן יעצט אביסל מער קאנסעשאן'ס

תוקן על ידי - העלפ_פליז - 24/02/2006 20:00:48



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:57 לינק ישיר 

העלפ וועד הקרי' האט געקויפט 'עיס פארם' פאר 13,500,000 מיליאן פאר 140 אקער קומט אויס 96 טויזענט פאר א אקער , זיגי בראך וויל 20-25 מיליאן פאר 22-26 אקער דאס קומט אויס איבער 1,000,000 פאר א אקער איז די חשבון פשוט, פאר וועד הקרי' איז דא קיין געשעפט, נאכמער עס געהערט סייוואו פאר א איד, וואס פלאנט עס צו בויען פאר א איד, די איינציגע סיבה פארוואס צו באצאלן אזעלעכע פרייזן, איז פאר א בילדער - בעסער געזאגט א שפעקולאט - וואס טראכט און מיינט, אז די פרייזן אין קרית יואל ערלויבט נאך 200 דירות פאר 450 טויזענט דאלער אין די קומענדיגע 5 יאר, און אויך מוז ער זיין א גרויסער אפטעמיסט צו האלטן אז די אנעקסעישאן גייט פארטיג זיין איינס צוויי, און אויך גלויבן אז די מיינונגס פארשידענהייטן מיט די קאוטי און טאונס וועט גאר גרינט אוועקגיין, און לעבן אונטערן רושם אז די וואסער פייפליין שטייט שוין אונטערן טיר, און סוער וועט די קאונטי זייער פילטערינג סיסטעם ווערן ארלעדיגט, און קרית יואל וועט קענען באקומען א גרויס חלק עס דארף אלעס שטימען, אבער טראץ דעם וואס דער אינוועסטער/בילדער איז זיכער פיל מער מצליח אין געשעפטן בכלליות וואו מיר, דאך וואלט איך נישט איינגעלייגט מיינע פאר אפגעשפארטע דאלערס אין אזא געשעפט וואס איז גאראנטירט צו קראכן, און קראכן גרויס, און קראכן הילעכיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:53 לינק ישיר 

און חברה פארגעסטס נישט פונעם כלל פון ריעל עסטעיט

"דריי זאכן דארף מען האבן לויקעישן און לויקעישן און נאכאמאל לויקעישאן"

און רעכענטס אויס ווועלכע פלאץ איז די מערסטע אין צענטער פון שטאט היינט צו טאג?

און אז זיגי וועט ארבעטן מיט ועד הקרי' וועט ער מאכן סך מער ווי 20 מיליאן מיט די עפארדבל דירות אינאיינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:47 לינק ישיר 

ענעלייזער ביסט 100% גערעכט דעיס איז וואס איך האב געזאגט ועד הקרי' האט אנגעבאטן זיגי צו ארבעטן צוזאמען ער האט נאר נישט געוואלט
אויב דער טיפש וואלט עס יא אנגענומען וואלט קיינער שוין נישט אזוי שנעל אינוועסטירט און די אלע פלעצער ארום וואס די זאגסט אז עס בויעט זיך איבעראל פארשטייסט אליין
נו !מיט ועד הקרי' לוינט זיך עס פעסט!
דערלייגן גייט נאר די אלע וואס ווילן בויען ארום און ארום

תוקן על ידי - העלפ_פליז - 24/02/2006 19:46:41



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:42 לינק ישיר 

ווייטער..

דו שרייבסט : וויפיל דירות וועט געבויעט ווערן?

גערעכט יעצט איז דא א שרעקליכע סור פלוס פון דירות און די פרייזן גייט אראפ שיסן עד דיוטא התחתונה
סיי קויפן סיי רענט אפילו אין וומס שטייט שוין די פרייז א שטיק צייט
יעצט תשל"ד האט דער רבי געוואלט האבן ווי עס שטייט און רצון צדיק 300 תושבים שרייבט ער דארט אז דער 300'טער תושב איז ארויס געקומען גראד פארן הסתלקות ס'ממיינט 6 יאר און דאך האט מען דעלמאטס שוין געהאט שטח פאר 10 אדער מער מאל אזויפיל ווי גרויס ק"י איז דעלמאט געווען
וואס האט מען דעלמאט געטראכט ? אז עס לוינט זיך נישט ווייל קוק וויפיל וועט נאך געבויעט ווערן ? זאוי ווי די זאגסט יעצט?
און היינט איז יעדער מודה אז טאמער וואלט מאונפילד האומס דעלמאט עס נישט פארקויפט וואלט זיי היינט געהאט מער וויפיל ועד הקרי' האט יעצט?
נו! זאל מען עס יעצט קויפן צו נישט?
און טראכט אריין אפילו לאמיר זאגן 20 מיליאן , לוינט זיך עס נאך אויך ווייל וויפיל דירות עס וועט געבויעט ווערן ארום און ארום וועט יעדער ווי פארשטענדליך וועלן וואוינען דארט ניין סאו א דירה אויב אויף לעמבערג וועט קאסטן א דירה 300.000 און דא 450.000 ווי וועט איבער בלייבן מער דירות?
יעדער נארמאלער מענטש וואס זעהט די עצי תמרים יונגעלליט שטיין ווארטן אין די קעלט אויף פארעסט פאר היטשעס וועט טראכטן 2 מאל ווי צו קויפן קעגן איבער פייער גאראדזש אדער אויף חברון  אדער אויף דעי לאט
שטימט?

יעצט וויפיל יאר וועט געדוירן אנעקסינג?
וויפיל יאר וועט געדוירן די פייפליין?
7 יאר איז גענוג? אויב יא לוינט זיך עס נאך אלץ לענית דעתי אפילו פאר 20.000.000 און כ"ש פאר ווייניגער
ווייל יחזקאל בראך אלץ א יחיד וועט בקרוב דערשטיקט ווערן פון דעם וועט ער עס מוזן געבן ווי פריער און וויפיל מען וועט אים געבן
און לאמיר זאגן נאך איין זאך אבער דאס בין איך נישט אזוי 100 %  וואס געזעהט אז זיי וועלן געווינען די וואלן 3.5 יאר ארום?
זיי וועלן אויסלויפן פון געלט ביז דעלמאט און ביז זיי וועלן קענען בויען דארט ווייל וואסער וועלן זיי בקומען סך שפעטער לכבוד ן שטערן די פפייליין כ'מיין התגרות באומות.. און ד זעלבע מיט סוער און וואסער לויט ווי זיי שטייען איון די גויאישע פאליטיק מיט די פן ירבה חברה און קיין געלט האבן זיי אויך נישט....
איך מיין אז עס גענוג ועוד חזון..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז: יחזקאל בראך'ס לאט גייט זיין די דורכפאל צום געדענקן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext