| נשלח ב-26/2/2006 07:50 |
|
| |
הערליכער שבת אין בארא פארק מיטן רב שליט"א
עס איז מיר אוממעגליך צו באשרייבן יעצט באריכות דעם גאנצן שבת, וואס האט ארויסגערופן אויסערגעווענליכער התפעלות און התרגשות ביי ולע מיטלעבער, אבער פטור בלא כלום אי אפשר. איבער דעם עולם פעלט שוין כהיום נישט אויס צו רעדן, אויך צו דערמאנען די הערליכע תורה וואס האט אנגעצינדן דעם ביהמ"ד אין א ריתחא דאורייתא איז שוין "בארינג" היינט צו טאג. אפילו דעם אויסטערליש געהויבענעם ש"ס איז גענצליך איבעריג צו שילדערן. נאר הערנדיג דעם קאכעדיגן ביהמ"ד ביי דעם תו"א ניגון אויף "אור פניך עלינו אדון נשא". האט עס מיר אויפגעברענגט נאסטאלגישע זכרונות פון ווען איך האב די ערשטע מאל געהערט דעם ניגון - פאריאר אויף די ברענטשעס אין לאנדאן...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 01:55 |
|
| |
יישר כח אלעסאמת,
KEEP UP THE GOOD WORK !
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 01:50 |
|
| |
מצורף קובץהרב אייכלער פין בארא פארק באזיכט ביים רב

|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 21:16 |
|
| |
די בילד איז ביי ר' משה כהנא ר' חיים דוד כץ איז געקומען פאר א באזיך
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 21:01 |
|
| |
האט בטחון, אמת, ביי אונז אין סאטמאר, איז מען קיינמאל נישט ביזי מיט די פיקטשערס, מען סנעפט און מען לייגט דאס אין בלאט, אבער ביי אייך זאלונים איז מען ביזי מיט די בילדער טאג אין נאכט, ביז ס'איז ראוי אריין צו לייגן אין איד, מען מאכט דאבל'ס, טריפעל'ס, מען סטרעטשט, מען לייגט צו, 2 יאנקעלעך, פיר יאנקעלעך וכו', אזוי אז ס'זאל זיין א חתיכה הראוי' להתכבד,
געדענק: איין פיקטשער, איז מער ווערט פון טויזענט ווערטער!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:53 |
|
| |
אלעס אמת דו שרייבסט נישט וואס די פיקטשור איז ביי וועם אינדערהיים איז דער רב געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:24 |
|
| |
ביי אינז און סאטמאר איז מען קיינמאל נישט געווען ביזי מיט בילדער, די ארוינים לייגן זייער גאנצע קאפ און בילדער די בלאט איז געווען די ערשטע צייטונג צו לייגן בילדער
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 18:19 |
|
| |
אלעס אמת יישר כח ברענג נאך אויב די האסט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 04:06 |
|
| |
ניין ער איז נישט געווען ווייל ער איז געווען א בעל שמחה אין איז געגאנגען פערזענליך מוצש"ק איינלאדענען דעם ק"י רב צי דער חתונה די וואך
דאס וואלט פאריאהר נישט געשעהן
אזוי ווי עס זעהט אויס וויל ער מער נישט גיין מיט א לאזער אין ער איז נישט דער איינציגסטער, ונחי' ונראה
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 01:03 |
|
| |
איך הער זאגן אז חיים דוד כץ איז דארט געווען איז עס אמת?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2006 23:01 |
|
| |
מר. עקשטיין פון חא"ס איז אויפגעשפרינגען פון מיין ארטיקל דא אויף אונזער פורום "כל העלם כולו" ווי איך האב באשריבן דעם הערליכן שבת מיט כ"ק דעם רב שליט"א און בין הדברים האב איך געשריבן, (עקשטיין, איך האב דאס געשריבן און נישט "בא ללמד", דארפסט עם מפייס זיין ברבים), די ווערטער "אורות מאופל", רח"ל, ווי קומט דאס צו א אינגערמאן א שומר תורה ומצות צו שרייבן אזעלעכע ווערטער, ווייסט מען דען נישט אז קוק ימ"ש האט זיך באנוצט מיט די ווערטער?,
עקשטיין, וויל איך דיר זאגן, אז איך האב מקבל געווען די שטראף רייד, און באלד צו געלאפן צו מיין ספרים שאנק, און ארויס געפליקט פון די מחזורים און סידורים ביי יוצר די ווערטער "אור עולם באוצר חיים, אורות מאופל אמר ויהי", און אך און וויי וועט זיין ראש השנה און יום הקדוש ווען דער בעל תפילה וועט זיך וואגן צו זאגן ביי יוצר אור די "קוק ווערטער" "אור עולם באוצר חיים, אורות מאופל אמר ויהי", איך וועל מאכן אזעלעכע קולות, אז נישט פשוט,
עקשטיין, איך בין זיכער אז דו פילסט גיט, אז דיינע שטארף רייד האבן געווירקט... קבל את האמת ממי שאמרו !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2006 19:07 |
|
| |
וואס ברויך מען בילדער? ווען מען קען זעהן לייוו, גיטס נאר א קיק אויפן פנים פון די זאלונישע קנאקערס דא אין בארא פארק וועט איר זעהן באשיינדפערלעך די הצלחה פון דעם פארגאנגענעם שבת, קיקטס נאר אן י"ב, וועט איר שוין זעהן וויאזוי דער שבת איז פאריבער, איר קענט קיקן אויף מ"ש, אויף ה"ג, צו אויף י"ג, איר קענט קיקן אויף פ"פ, וועט איר שוין גלייך וויסן צו דער שבת איז געלונגען צו נישט,
למעשה, איז דער שבת געווען מעין עולם הבא, ס'איז נאך אלץ דער געשפרעך פון טאג, די תפילות, דער שולחן הטהור, די ווארעמע תורה, די תפלות בייטאג ווי דער רב שליט"א האט פארגעדאווענט שחרית און בפרט מוסף, ווי דער רב שליט"א מיטן ריזיגן עולם האבן מיט א הארציגייט געזינגען דעם "אור פניך עלינו אדון נשא" והעולה על כולנה דער שלש סעודות טיש ווי עס איז געווען א מעכטיגער עולם וואס זענען געקומען הערן דברי אלקים חיים, די הערליכע שובבי"ם תורה, "אורות מאופל", א לעכטיקייט אין דעם פינסטערניש, ווי דער רב שליט"א דער גודר גדר ועומד בפרץ האט אויסגעוואשן לבבות ישראל עמא קדישא, ווען דער רב שליט"א האט אויסגעשריגן אז מען האלט שוין ביי נעילה פון די ימי השובבי"ם און אויסגעטייטשט מיטן משל וואס דער רבי שליט"א ברענגט אין ברך משה פרשת יתרו ווי ער ברענגט דעם באקאנטן משל וואס דער הייליגער קדושת יום טוב זי"ע פלעגט זאגן הושענא רבא, ווי דער קעניג שרייט "אי מלכא אנא, עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי" און האט מעורר געווען דעם גאנצן ציבור לתשובה, נאך די תרה, ווען מען האט אנגעצינדען די לעקטרס, האט מען נאך געזען דעם עולם זיך ווישן די טרערן, מעין עולם הבא יום שבת מנוחה
 |
|
|
|
|
|