מה נהדר היה המראה ! ! !
קודם קליינע פרטים:
די זאל איז געווען איבערגעפילט, יעדע מינוט האט מען געברוכט צולייגן נאך טישן... די אטמאספערע אין זאל איז געווען געהויבן אויף אזא פאל וואס איז נישט געווען די לעצטע 15 יאר אין ב"ב... דער ציבור האט זיך אנגערופן מיט הערליכע סכומים למען החזקת המוסדות...
דער טשערמאן איז געווען: הרה"ח ר' יקתיאל יצחק בראך, מנהל הת"ת וחבר הההנהלה
האבן אויפגעטראטן: הרב ר' אלי' כץ, רב הקהילה הגה"צ הרב ר' חיים צבי מייזליש, ראש הישיבה הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד, מגיד מישרים, א געוועזענע תלמיד אין די סאטמאר'ע ב"ב מוסדות. הרב ר' יעקב קאפיל שווארטץ, ראה"כ בבארא פארק, א געוועזענע תלמיד אין די סאטמאר'ע ב"ב מוסדות. הרב ר' אורי שווארטץ, מנהל כללי במוסדותינו בקר"י, ומלפנים מנהל רוחני אינעם סאטמאר'ע ת"ת אין ב"ב, און דערנאך א אייניקל פון הרב ר' שלמה זלמן ווירצבערגער ז"ל, וואס די משפחה האבן מנדב געווען די ערשטע כיתה אין די נייע געביידע אינעם ת"ת וואס ווערט יעצט געבויט אין שיכון קרית יואל ב"ב.
תוקן על ידי - jhhoruyr - 28/02/2006 0:58:29
|
|