בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קטלא קניא געט הסכמה אויף ליפא'ס טעיפ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר



נשלח ב-27/2/2006 05:29 לינק ישיר 
קטלא קניא געט הסכמה אויף ליפא'ס טעיפ

ליפּא שמעלצער'ס פרישן איינגעמאַכטס
רבותי, בענטשט נאָך נישט!

קטלא קניא
 

די וועלט זאָגט אַזוי ווי עס קריסטעלט זיך אַזוי אידעלט זיך. נו, אַז די וועלט זאָגט ווייסט זי אוודאי וואָס זי רעדט און ליפּא שמעלצער אין זיין לעצטען סי.די. 'קעניינעהאָרע' איז עס טאַקע ערלעך מקיים, וואו ער טונקט איין זיין בחנטן קול אין כלערליי זשאַנערן מוזיק צו זען וויאַזוי זיי קלינגען אין שטריימל און בעקעטשע.


דער אמת איז אַז לעצטענס אידעלט זיך עס גאָר ווי עס פייגעלט זיך. אַז זומער האָט איר געלייענט וועגן דעם פילם ''דער מאַרשירונג פון די פּענגווינס''´וועט איר וויסן אַז מען לערנט אַריין דערין מער פּשטים ווי עס זענען דאָ אויף פאַרוואָס האַמלעט האָט נישט מקיים געווען בזריזות דעם רצון פון זיין טאַטן נאָך וואָס ער איז צו אים געקומען נישט אין חלום נאָר בהקיץ. ששת-ימי-המעשהניקעס אָדער ''קריאיישעניסטס'' דרינגען דערפון אויס אַ שמע מינה אַז יש מנהיג לבירה. פעמעניסטן זאָגן אַז פון די פּענגווינס איז אַ בפירושע ראיה אַז נישט בלויז אַ אידענע דאַרף טוישן די ווינדלעך. כולל יונגעלייט זאָגן אַז פון די פּענגווינס זעט מען אַז אַ פרוי מעג אויך אַריינברענגן פרנסה. אמת, די נקבהדיקע פּענגווינס זענען נישט שייטלמאַכערס אָבער אַ ראיה איז עס פאָרט.


ואני, און איך קטלא קניא בן אמי מורתי, זאָג אַז די פּענגווינס זענען ''ואת החסידה'' פון דער פייגל וועלט, נישט עפּעס אַנדערש ווי פייגלעך דורכגענומען מיט ''חסידישן'' גייסט. ראשית כל, גייען זיי אָנגעטאָן שוואַרץ פון קאָפּ ביז פיס אויסער פון פאָרענט וואו זיי האָבן אַ ווייסע העמד, און ווי די אמתע חסידים פון אַמאָל, ברעכן זיי די אייז צו גיין אין מקווה. זיי גייען נישט אין קוטשמעס און אויערן שיצערס טראָץ די שרעקליכע קעלט ווייל קיין עמך אידן זענען זיי נישט. זיי זענען פון די גאָר שיינע אידן און זיי גיין אַלע מיט אַ פּעלץ.


בשעת די ''רבנים'' צווישן די פּענגווינס, וואָס ביי זיי הייסן זיי ''עמפּעראָרס'', און ביי חסידים הייסן זיי ''גראַנד ראַבייס'', הייבן אָן צו גייען, גיין אַלע פייגעלעך מיט. זיי פאָרן אַרום האַלב וועלט מיט זייער ''רבי'ן'', מיט אַ געוואַלדיקן מסירת נפש און דרך אגב שליסט מען אויך שידוכים. ועל כולם, ווען אַלע חסידים קומען זיך צוזאַמען, קוואָקן זיי ווי בת היענות און שאָקלן זיך אַז ס'גייט אַ רויך.


אין איין זאַך, במחילה, זענען זיי אָבער פאָרט אַנדערש. ווען מען אַטאַקירט זיי איז נישט דאָ אַ ''כאַפּצעם'' אָדער שומרים; ווען אַן איי ווערט פאַרפרוירן איז נישט דאָ אַ ''הצלה'', און ווען די פאָטאָגראַפיסטן רוקן זיך אָן, שפּראָצן נישט אַרויס פּלוצים עסקנים מיט האָטליינס צום ווייסן הויז אַזוי הייס ווי אַ אידישע קעסעל וואָס איז פיר-און-צוואַנציק-שעה אַ מעת לעת יד סולדת בו.


און אַ שאָד אויף דעם ווייל ווען יאָ, וואָלטן זיי אַלע געקענט זינגען ליפּא'ס ´מצווה גוררת מצווה´ וואו ער רעכענט אויס אין זיין אייגענע ערפינדענע זשאַנער פון אידיש ראַפּ אַ לאַנגע מגלה פון גמ''ח'ן און צדקה אָרגאַניזאַציעס אַזוי ווי אַ מגילה לייענער לייענט אויס די עשרת בני המן. אויפן סוף האָט ער רעזערווירט אַנשטאָט אַ לאַנגע ''עשרת'', אַ משמרת... הצניעות וואָס די פּענגווינס האָבן זיכער נישט. צי ער האָט אַריינגעלייגט משמרת הצניעות צום סוף ווייל אחרון אחרון חביב אָדער ווייל "שומר מצווה לא ידע דבר רע" דאָס ווייסט נאָר ליפא אַליין.


קיין סך האָט אים דער ''לא יחרץ'' געלט אַפּנים נישט געהאָלפן ווייל מען האָט קוים אַוועקגעלייגט די אינסטרומענטן און אויף דער גאַס האָבן זיך באַוויזן צעטלעך צו פאַרדאַמן ליפּא´ס מעשה ידיו להתפאר. די צעטלעך זאָגן אַז ער באַנוצט זיך מיטן מוזיק פון די גרועים שבאומות. שווער צו וויסן וועלכע זשאַנער זיי מיינען, אָבער אַז די אוסרים טוען ווי די גרועים שבאומות איז ביי מיר ברור. ווען זיי וואָלטן געקענט אַביסל היסטאָריע וואָלטן זיי געוואוסט אַז מיט אַזאַ פראַזע האָט זיך באַנוצט אַ געוויסע מאַכט אין די ניינצן הונדערט און דרייסיקער יאָרן און אויך אויף צו פאַרבאָטן דענעגרירטע קונסט.


דאָס אַליין אַז ער באָרגט זיך אַ סך פון אַנדערע איז לויט מיין מיינונג נישט קיין חסרון, עס איז בלויז וואָס נישט תמיד באָרגט ער די פּאַסיקסטע תנועות צום תוכן פון ניגון. למשל, קאָנטרי מוזיק וואָלט אפשר געווען בעסער צוגעפּאַסט פאַר אַ באַלאַדע, כאָטש זיין דזשעז רענדירונג פון ''נישט אין שבת גערעדט''´גיט זיך פיין איבער. אָבער אַ באַזונערער זשאַנער פאַר כמעט יעדער טרעק, האָליוואָוד פאַר "רבונו של עולם חלום חלמתי" -דאָס האָט ער זיכער נישט געהערט אונטערן טלית- בראָדוויי פאַר ´גלגל החוזר´, קלעזמער פאַר ´קניינעהאָרע´, קאַרלעבאַך און ספרדיש מוזיק ווען עס לוינט זיך, און אַלעס מיט אַ פּאָסטמאָדערן חרדישן מוזיקאַלישן טעם איז לפי עניות דעתי פשוט צופיל. דורכגייענדיק אַן עירוב פרשיות פון זשאַנערן גיט דער סי.די. לפּעמים אַ געפיל פון ''ואיני יודע מה הוא''. אַז  אין ''רבותי מיר וועלן בענטשן'' קומט אַריין יאָסעלע ראָזנבלאַט'ס ''שיר המעלות'' איז פארשטאנדיק, אבער אַפּאָר טשעלאָס אין דער הינטערגרונט וואלטן געווען פיל מער עפעקטיוו ווי  איידער אויסזינגן אַ האַלב שיר המעלות, און קלעזמער וואָלט געווען אַ סך מער מעין הפרשה און אים געקענט דינען אויף פּלעצער פיל בעסער.


אַריינצוברענגן די פילע זשאַנערן אין דער וועלט פון חסידישע מוזיק פאַרלאַנגט המון קוראַזש און דאָס גיסט זיך אויך איבער צו די ליריקס וואו ליפּא באַווייזט זיין אָריגינעלקייט און זיין אומדעשראָקנקייט מחדש צו זיין און קריטיקירן. אין ''קניינעהאָרע'' וואָס קלינגט שטאַרק מיט יום טוב ערליך רעכענט ער אויס די פאַרשידענע פאַרגלייבענישן קעגן עין הרע וואָס מען איז מחדש יעדן טאָג פרישע. ער זינגט:


און ווער עס קען כאַפט אַ גוטן ביינדל\קריצט אַן אויג אין אַ בלויע שטיינדל\אים צו געבן אַ באַחנדעל\קיין עין הרע.´ פאַר ער לאַכט זיך אויס פון די איינגלייבענישן מיט ´האָטס נישט קיין מורא, ברידערלעך פיינע\עס שאַדט אונז גאָרנישט\ווייל מיר ווייסן לא שלטא ביה עינא.´


אין ''נישט אין שבת גערעדט'' דערציילט ליפּא וועגן אַן אַלטן ווערטל פון אַ שבתדיקן מקח געשלאָסן נישט שבתדיק גערעדט אין דער סאַמע מיטן פון שבת. מיט ליריקס מלא חן זינגט ער:


''צופרי ביי שוכן עד\ער רופט אים אין אַ זייט\ ער פרעגט אים נו, אַהאַ, עה, הע, אַהאַ, נו''.


די ליריקס זענען אָבער אויך טיפּיש וואו אַנשטאָט אַריינצופלעכטן דער מוסר השכל אין דער מעשה אַריין, וואָס איז בעצם אַ קריטיק ווי מען פאַרשוועכט דעם שבת טראָץ די פאַרגלאַנצטע אויגן, אָדער זיך פאַרלאָזן אַז דער הערער האָט גענוג שכל אַליין צו פאַרשטיין דעם מוסר השכל, צווינגט ער אַרויף דעם מוסר השכל בפירוש אין זיין מעלאָדיע. ליפּא קען שלמה קאַרלעבאַך ווייל ער באַנוצט זיך מיט זיין ´''ויאתיו'' אין דער פתיחה פונעם סי.די. אַלץ אַן אַריינפיר צו ''רבותי מיר וועלן בענטשן''. איז וואָלט ער זיך געמעגט פון אים לערנען ווי אַזוי צו דערציילן אַ מעשה. שלמהלע דערציילט אַ מעשה אַזוי אַז ביים סוף פאַרשטייט מען שוין אַליין דעם מוסר השכל; ער דאַרף גאָרנישט מסביר זיין.


לעומת זה שטעלט ליפּא שיין אַוועק זיין כוח הנגינה. ווען דער גאַנצער סי.די זאָל באַשטיין בלויז פון די עשרה הרוגי מלכות וואו ער גיסט אויס זיין נשמה אין מער נוסח ווי ניגון, וואָלט עס פאַר דעם אַליין ווערד געווען אַ קניינעהאָרע. נאָך פאַרזוכן אָנצוקומען אין ´ה´ אלקי שועתי´ צום תוך פונעם געשריי ווי אַ סי.ען.ען. פאָטאָגראַפירער נאָך אַ מאַסן אומקום זוכט אויס דאָס פּינטעלע צער אויפן פנים פון אַן אבל, דערגרייכט ער אין די עשרה הרוגי מלכות אַ הויכפּונקט מיט אַן אַיינפאַכע שטימע אָן דריידעלעך און איבערגעטריבענער מוזיק און מיט מינימאַלע טרחה. און ווען ער רעכענט אויס די צען פאַרמשפטע שרייט זיך אויס פון זיך אַליין יצאה נשמתם בטהרה. לאָמיר נאָר האָפן אַז די בדחנים וועלן נישט נעמן דעם שטיקל אויפצורופן צען פעטערס צו א מצווה טאַנץ און צוענדיקן ''על אלה אני בוכיה''.


די אַלע הערות אין אַ זייט, און ער בעט דאָך פאָרט ´אל תדין´, טוט ליפא´ס חן איבערביגלן אַלע חסרונות. די אָפטימיסטישע גייסט ווען זיין שטימע שרייט אויס ´האָט בטחון וועט אַלעס זיין גוט´ מאַכט עס אַ סי.די. צו האַלטן טייער. נאָך הונדערטער אַלבומס פון פאַרשידענע זינגערס וואָס טוען זיך אָן באיצטלא דחסידות ולא עלתה בידם איז עס אַ קרעדיט פאַר חסידים און פאַר אידיש אַז ליפא מיט זיין זינגן און זיינע ליריקס איז ער ביכולת אַרויסצוברענגן דעם אידישן טעם אָנגעפילט מיט עמערס פול מיט הומאָר.


קויפט עס, הערט עס אויס און גאַפט כמה גדול כוחה של אידיש!

פון דא:
http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=1249

דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 06:10 לינק ישיר 

פאר ווער עס וויסט נישט, "קטלא קניא" איז א אפענע אפיקורס. ימש"ו משנאיך ה' אשנא.... תכלית שנאה שנאתים, לאובים היו לי. יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו..... במהרה בימנו למעשה איז בפירוש קעגן די הלכה צו מעתיק זיין פון אים אפי' סתם מילי דעלמא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 07:05 לינק ישיר 

אנאליזער שעלט נישט, ווייל איך וועל דאס באלד לייגען אויף דיין היימישע סענטער..........
אוי א בראךעס איז שוין פארמאכט.

תוקן על ידי - איןבעיה - 27/02/2006 7:05:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 17:20 לינק ישיר 

אין בעיא , עברת על הלאו שנאמר במסית לא תחמול ולא תכסה עליו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 02:13 לינק ישיר 

How do you know he is an Apikoires? I would say he is not



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 03:32 לינק ישיר 

אנאליזירער,

וואס זענען עס די טויטע קללות וואס דו גיסט דא מיט אזא פארגענוגען?

איז עס אפשר ווייל ער געהערט נישט אין דיין קהילה?

אדער ווייל ער האט געטראכט אנדערש ווי דו, און הייסט אז מען זאל יא גיין קויפן ליפא'ס טעיפ?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 04:20 לינק ישיר 

Why do u say that he is not? do you know him? are you reading his articles? I know it for a fact, his articles are packed with "real" apikorsos, AND he is saying many times on himself that he does not belive in g-d עפ"ל ויצאו וראו בפגרי האנשים הפושעים בי, כי תועלתם לא תמות, ואשם לא תכבה, והיו דראון לכל בשר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 07:07 לינק ישיר 

קטלא קניא איז מער לץ/סאטיריסט ווי אפיקורוס. ליידער מאכט ער ליצנות פון הייליגע ענינים.

דעס אז ער זאגט אז ער גלייבט נישט אין ג-ט (על פי לשונך על פי לשונו), איך מיין אז ווען ער גלייבט ווען טאקע נישט וואלט ער נישט אזוי סאך כח און מח משקיע געוועהן דערין. ער גלייבט שוין איינמאל אין ער ווי אלע פון די סארט קען זיך נישט אפשאקלען פון זיינע ווארצלעך. און אזוי ווי ער שרייבט איז ער סך הכל א בגילופינדיקע חסיד בעקבתא דמשיחא, און יא, ליידער אזוי זעהן היינט אויס פיהל חסידים. די חילוק איז נאר אז רוב חסידים האבן נישט די כוחות פון אבזערוואציע קאמיוניקאציע און שרייבען וואס ער האט.

בכל אופן אפילו אויב פסקענסטו אז מ'מעג נישט ליינען זיין בלאג, מעג מען זיין רעצענזיע אויף ליפא'ס טעיפ ליינען ווייל עס איז נישטא דערין קיין אפיקורסות (על פי לשונך).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 16:56 לינק ישיר 

קוטשמע טייערער ער איז א מחרף ומגדף כלפי מעלה, ווער עס מאכט עס -אעפי"כ- אוועק , ס'הייסט , "ס'איז נישט געפערליך", "שוין געהערט אזאנס" וכדומה. (אדער גאר " סך הכל א בגילופינדיקע חסיד בעקבתא דמשיחא") איז לדעתי בכלל פון וכל מי שלא חס על כבוד קונו, ראוי לו שלא בא לעולם = = = = = לגבי "מעתיק" זיין, סתם מילי דעלמא האב איך גענומען פון די גמרא מס' שבת הגיליונין וספרי מינין אין מצילין אותן מפני הדליקה אלא נשרפין במקומן הן ואזכרותיהן מאי לאו גליונין דספר תורה לא גליונין דספרי מינין השתא ספרי מינין גופייהו אין מצילין גליונין מבעיא הכי קאמר וספרי מינין הרי הן כגליונים גופא הגליונים וספרי מינין אין מצילין אותם מפני הדליקה רבי יוסי אומר בחול קודר את האזכרות שבהן וגונזן והשאר שורפן א"ר טרפון אקפח את בני שאם יבאו לידי שאני אשרוף אותם ואת האזכרות שבהן שאפי' אדם רודף אחריו להורגו ונחש רץ להכישו נכנס לבית ע"ז ואין נכנס לבתיהן של אלו שהללו מכירין וכופרין והללו אין מכירין וכופרין ועליהן הכתוב אומר (ישעיהו נז) [ו]אחר הדלת והמזוזה שמת זכרונך א"ר ישמעאל ק"ו ומה לעשות שלום בין איש לאשתו אמרה תורה שמי שנכתב בקדושה ימחה על המים הללו שמטילין קנאה ואיבה ותחרות בין ישראל לאביהן שבשמים על אחת כמה וכמה ועליהם אמר דוד (תהילים קלט) הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי און די מפרשים זענען אלע מסביר דכ"ז שלא להניח שם לאפיקורס ממילא איז אזוי ווייט ווי א"ר טרפון אקפח את בני שאם יבאו לידי שאני אשרוף אותם ואת האזכרות שבה איז לכאורה כש"כ ביי סתם זאכן דלית בי' קדושה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 17:01 לינק ישיר 

ער איז ריכטיג פון די מטילין קנאה ואיבה ותחרות בין ישראל לאביהן שבשמים פיל מיט קושיות און ליצנות אויפן רבוש"ע, עפ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 19:51 לינק ישיר 

אנאליזירער הער מיין עצה:

מיר אלע ווייסן ווער קטלא קניא איז, דאס בלויזע רעדן פון איהם, יעדער שטרייט און געפעכט ארום זיינע סאטירעס - טוען דאך בלויז ערפיהלן זיין וואונטש. זאל איינער ציטירן דא אהער פון זיינע פראזן, און עס וועלן נישט זיין קיין דעבאטעס אין אשכול, וועט עס דאך צייגן אז עס איז פארהאן אין זיי א קנאפער נייגער.

פאזיטיווע און נעגאטיווע רעאקציעס ווייזן אויף אינטערעס. א פאר'יתומ'טער אשכול איז ווארשיינליך דער געראטנסטער געווער קעגן די סארט ארטיקלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 04:00 לינק ישיר 

הונדערט פרצענט נבוכדנאצר.

אבער איין פראבלעם, נישט אנאליזירער האט עס ארויפגעשטעלט, נאר דיפלא.
דארפסט עס ווען אים זאגן.

בדיעבד אבער, אנאליזירער האט זיך געפירט גוט מיטן מוחה זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 16:27 לינק ישיר 

בדיעבד אבער, אנאליזירער האט זיך געפירט גוט מיטן מוחה זיין.

... און אויך מיט ארויסווייזן פעהיגקייט מיט'ן זיך באנוצען מיט דעם בר-אילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קטלא קניא געט הסכמה אויף ליפא'ס טעיפ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext