בית פורומים כל העולם כולו

ריזיגער עולם ביי ישיבה דינער אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/2/2006 04:46 לינק ישיר 
ריזיגער עולם ביי ישיבה דינער אין בארא פארק

די זאל פון עטרת חי' איז ממש געשטאפט פון איין עק צום אנדערן, מהאט געדארפט עפענען נאך טישן. הגאון האדיר ר' מענדל זילבער האלט יעצט אינמיטן רעדן, אפאר מינוט צוריק איז הגה"צ ר' יחזקאל ראטה אריינגעקומען אין באגלייטונג פון זיין איידעם הגה"צ ר' משה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר ב"פ, און די גאנצע זאל האט זיך אויפגעשטעלט.
דיטעלס טו פאלאו.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 06:44 לינק ישיר 

די רב האט יעצט געענדיגט די דרשה, די עולם איז נישט ביי זיך. אנפאנג איז די רב געווען הייזעריג, אבער שפעטער איז די קול געווארן בעסער, און די דרשה איז געווען עפעס מוראדיג, מהאט נישט געהערט קיין מוק אין גאנצן זאל! (ווער סווייסט וואס דעס מיינט פאר בארא פארק...), סיי די דרוש, סיי די מוסר, סיי די הלוך ילך וואס די רב האט אראפגעלייגט מיט חיות, בקיצור, צום הערן און געדענקען.
ר' שלמה גרין האט מנדב געווען א גרויסן סכום פאר די ישיבה, וואס ער האט שוין ארויפגעטראגן צום רב מוצ"ש ביי משה כהנא אינדערהיים, און דערפאר האט ער באקומען די זכות פון די נאמען פון חבורת "מרבה חכמה" פון ישיבה. אויך וואלווי ניסענצווייג האט געגעבן א גרויסע סכום און באקומען די זכות פון א חבורה.
די עולם זאגט אז די שטארקע הצלחה פון די דינער היי יאר איז וועגן די נייע הנהלה, און די נייע הנהלה פון ב"פ וואס האט זיך פעסט אריינגעלייגט און געמאכט אזא קנאקעדיגע דינער מיט אזויפיל מענטשן און געלט און הארץ.
כן ירבה וכן יפרוץ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 05:51 לינק ישיר 

יא ר' חיים דוד כ"ץ איז פריער דארט געווען א דאנק ראזענוואסער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2006 05:50 לינק ישיר 

Maybe R' Chaim Duvid Kats is 152 rodney,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2006 05:35 לינק ישיר 

ר חיים דוד כץ
איז אויך געווען???????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 05:15 לינק ישיר 

איך בין דארט געווען פריער ס'איז געווען גאנץ ליידיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 05:12 לינק ישיר 

ר' חיים דוד כ"ץ איז פריער אנגעקומען, אויך האט ראזענוואסער געברענגט אסאך גרויסע זאליס. בכלל ווערט די זאל פולער און פולער א נאדל נישט אריינצולייגן. סקומט אריין ריזיגע סכומים.
יעצט זינגט מען די ניגון פון קשר של קיימא, די עולם שטייט פארגאפט.
אויך איז דארט הרב ביק, הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג, כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, הגה"צ ר' חיים לייב כ"ץ, הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ, און נאך אסאך חשובע רבנים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריזיגער עולם ביי ישיבה דינער אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext