| נשלח ב-28/2/2006 06:59 |
|
| |
וועט זיין א סטעי וואס האלט איר?
דאס האלט דרייניץ גענומען פון די זאליס נייע פורום DRYNITZ א. וועט סאטמאר באקומען דעם סטעי צו נישט? ב. אויב סאטמאר באקומט נישט דעם סטעי, וועלען די ארוינים איבערנעמען ראדני פיזיש? ג. אויב בערעלע ווערט באשטעטיגט דורכען קאורט אלץ פרעזידענט פון קהל יטב לב, און עס וועט כסדר זיין מלחמות צווישען כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א מיטען נידערגעשעצטען פרעזידענט, ווער וועט שנעלער מיעד ווערען און אויפגעבען? ביטע לאזט אייך הערען אייער מיינונג.
KJfireman איך האלט אז ס'איז דא שוואכע טשענסעס צו באקומען א סטעי (לאמיר זאגן 30%) אבער אפילו מען באקומט נישט קיין סטעי, זענען דא פארשידענע מהלכים, און ס'איז א ווייטער גאנג אז ר' אהרן זאל איבערנעמען די קהלה, למעשה שפיר איך אז דער עולם איז זייער שטארק פאראייניגט ווי קיינמאל פריער, און מען איז גרייט אויף אלעמען. כ"ק דער רב שליט"א קען רעכענען אויפן מאקסימום שטיצע פונעם ציבור.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 16:33 |
|
| |
איך הער עפעס האלבע זאכן אז נעכטן האט זיך עפעס א דריי געגעבן קעגן אונז. איינער האט א אנונג וואס איז נעכטן געווען?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 06:11 |
|
| |
השתדלו והרבו תחינה
אזוי ווי מיר שטייען אין א מצב וואס מען איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, אז די רשעים וואס האבן זיך פארמאסטן צוצונעמען די הייליגע סאטמארע קהלה, זאלן דורכפאלן און נישט מצליח זיין,צו באקומען א סטעי. איז יעצט הזמן גרמא מען זאל נישט אויפהערן מתפלל צו זיין מען דארף יעדן טאג זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 19:41 |
|
| |
יעקב בער טייטלבוים האט היינט געזאגט
די זאך איז מסודר. מיר באקומען זיכער א STAY.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 18:40 |
|
| |
נפתלי משה ווייס וויינט נעבך אז סאטמאר גייט באקומען א סטעי
1 # 1212-990-7303
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 00:40 |
|
| |
הא הא הא
אזאנע שטותים פאסט פארן ירושלימער גר פון 37 יאר צוריק...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 00:22 |
|
| |
פורים'דיג דאס שרייבט פעשי און ח.א.ס
פעשי איך וויל נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע אבער לויט מיין מיינונג נאכן הערן פארשידענע אינפארמאציע, איז נישט דער פוינט צו עס גייט זיין א סטעי צו נישט. נאר צו די 4 ריכטער גייען אננעמען די מאושן פון הערל פרידמאן צו אינפארסירן ריכטער ראזענוואסער'ס פסק. אויב דאס ווערט אפגעווארפן, וועל די אהרונים האבן "אשר יצר" פאפיר בשפע, וועלכע וועט טראגן דעם זיגעל פון ריכטער ראזנוואסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 22:49 |
|
| |
ביי מיר איז 70% אז סאטמאר גייט באקומען א סטעי, די נארמאלע שכל זאגט אזוי, און אויך די מציאות פון אלע יארן ביז היינט ווען די אהרונים האבן קיינמאל נישט באקומען קיין רשות אריינצוגיין. אפילו אויב ח"ו עס וועט נישט געלונגען צו באקומען קיין סטעי, איז הונדערט פראצענט אז די אהרונים וועלן נישט קענען אנפירן די ביהמ"ד אליינס, זיי האבן נישט די געלט סארסעס ווייל רוב מעמבערס וועלן ווייטער צאלן מעמבערשיפ דארט וואו די רב שליט"א און די דיינים שליט"א וועלן הייסן. אויסער דעם, איך גלייב נישט אז די רב שליט"א וועט בלייבן אין ביהמ"ד און דאווענען אונטער איין דאך מיט מוסרים און רשעים, אבער סוועלן זיכער זיין טויזנטער פון אנ"ש וואס וועלן דירעקט קומען און מאכן זיכער אז בערעלע און אלע איבריגע מוסרים און הולכים בערכאות קענען נישט אנפירן די בהימ"ד. מוועט טון וואס שטייט אין שו"ע אויף איינעם וואס איז א מתפלל בחזקה, און בערעלע וועט יעדן טאג דארפן לויפן אין קאורט ארויסנעמען ריסטרעינינג ארדערס קעגן מענטשן, וואס וועט אים זיין כמעט אוממעגליך, אונז האמיר שוין געזען ביי יאסי בראך אפילו אונז זעמיר געווען בעה"ב אבער אונז האמיר אים נישט געקענט ארויסטראגן נאר פאר א שטיק צייט און דעס אויך מיט גרויס צרות. סאיז זיכער אז בערלע ועט נישט קענען דערהייבן די פרעשור, און ער וועט מוזן זיך אראפזעצן בעטן די רב שליט"א זאל קומען מאכן ארדענונג, און דעמאלץ וועט שוין די רב זיין געהעריג בעה"ב ביז די אפיעל וועט צוריקדרייען די פאררוקטע פסק פון ראזענוואסער. אין ערגסטן פאל וועט די רב נישט קומען אין שול ביז נאכדעם וואס סאטמאר וועט צוריק געווינען די אפיעל, און דעס איז שוין די ערגסטע און ווייטסטע וואס מקען זיך פארשטעלן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 21:00 |
|
| |
יא. מקען עס זיכער אפיעלן. יעדע דעסיזשען און ארדער פון א ריכטער קען מען אפעלירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:57 |
|
| |
איך זע אז מ' רעדט נאר פינעם סטעי, ווער ווייסט גייט מען יעצט אויך דן זיין צו מ' נעמט אן די אפיל צו נישט?.
און אויב נישט דאן ווען יא?
און אפילו איר האלט אז זיי האבן שוואכע טשענסעס פאר א סטעי, וואס זענן זייערע טשענסעס אז מ' זאל אננעמן זייער אפיל?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:55 |
|
| |
איין סאטמאר,
א אפיעל איז א "רעכט", יעדער האט א רעכט צו אפיעלן א דעסיזשאן פון קארט, יעצט איז מען דן דעם סטעי, אבער איינס פון די זאכן וואס די ריכטער קיקן, איז וואס פאר א טשענס זיי האבן צו געווינען ביים אפיעל, און ס'איז הא בהא תליא, אויב האבן זיי א גוטן טשענס צו געווינען דעם אפיעל, דאן האבן זיי א טשענס צו באקומען א סטעי, און אויב באקומען זיי נישט קיין סטעי, איז א סימן אז זיי האבן א שוואכן טשענס צו געווינען דעם אפיעל,
געדענק, צו געווינען ביים אפיעל, הייבט מען גלייך אן מיט א קליינעם טשענס, ווייל נאר א קליינער פראצענט קעיסעס ווערט איבער געדרייט דורכן אפעלעט קארט,
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 28/02/2006 21:05:06
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:53 |
|
| |
איך קלער אז עס יא זיין אז ס'וועט זיין א STAY. און איך געב פאר די זאליס איצט גאנץ גוטע שאנסן. 1ׂ) ווייל וויבאלד די 4 ריכטער האלטן אינמיטן פארהאנדלען איבער די באראש קעיס, איז מעגליך אז זיי וועלן נישט מאכן קיין ענדערונגען ביז ווילאנג זייער פסק איבער די באראש קעיס קומט נישט ארויס,
2) עס קען זיי אימפאנירן צו לאזן דעם סטאטוס קווא ווי ביז איצט, כאטש באראש האט אויך נישט געזאגט וועמען ער לאזט אלס סטאטוס קווא.
3) אלענפאלס. אפילו אויב די זאלונים באקומען יא א STAY איז עס אויך נישט עק וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:42 |
|
| |
ווילי_יונג שרייבט אין נייעם זאלוני פורום:
1. מיין מיינונג איז אז "יא" איך האלט אז דער אפעלאט איז גענוג באקאנט מיט די ארוינים צו וויסן אז זיי קענען שאדן מאכן אויף הונדערט מיני וועגן לעגאל צו אומלעגאל.
2. קיינמאל נישט. איך בין נישט אזוי זיכער מיטן אפיס ווי איך בין מיטן בית המדרש. דער בית המדרש איז פול 100% מיטן רב'ס מענטשן און זיי קען מען פין דעם מקום קדוש נישט רירן.
3. קיין ספק אז בערעל דער זקן וכסיל וועט מיד ווערן פארן אנפאנגען. אבער לאמיר נישט פארגעסן אז נישט בערעל איז די זאך דא, ער איז א זייטיגע שמאטע אזויווי יענקי יאקאבאוויטש מיט דוד נתן דייטש ער האט קיין מיינונג אין די גאנצע געשעפט, עס איז יצחק ראזענבערג מיט ארון טייטלבוים וואס זיי זענען ביידע עקשנים אבער האבן איין מעלה פאר אונז. זיי קענען נישט אליין פייטן, זיי שיקן זייערע קיען פייטן פאר זיי אין זייערע קיען ווערן פארלוירן 123 ווען זיי זעען וואספארא ציבור דער רב שליט"א האט מיט זיך.
יא עס וועט זיי א סטעי אויב נישט פין קארט דעמאלטס פין אונז אליין ווי אר הער טו סטעי
וואלט איך געוואלט פרעגן דעעם וילי_יונג עטלעכע פראגעס, 1- מיינסטו טאקע אז פאר די אפעלעט ריכטער גייט שטארק אן ווער עס פירט קהל יטב לב, צו ר' בערל פריעדמאן, צו יאנקעלע כהנא?, ווילי, די ריכטער גייען נאר, אדער באשטעטיגן אדער אפווארפן ריכטער ראזענוואסערס פסק, זיי אינטרעסירט נאר דאס געזעץ, און לויט רובא דרובא לויערס, אפילו די זאלונישע לויערס האלטן אז ראזענוואסערס פסק, איז פעלזן שטארק, און מען דארף פשוט א נס מן השמים אז זיי זאלן דאס אפווארפן, און ווילי זיסער, דו ביסט דאך א תלמוד חכם און ווייסט אז "אין סומכין על הנס",
2- ווילי, דערמאן דיך נאר פון לעצטן שמיני עצרת, בעפאר נידערמאן מיט מענצער האבן געכאפט דעם סעלפאן און אויסגענוצט זייערע קאנעקשאנס, (בעצם היום טוב, בפני עם ועדה), ווי לאנג האט געדויערט אז דער בית המדרש זאל ווערן זאלונים-ריין, הא? ווייניגער פון 10 מינוט !!!, אלזא, אויב פארלירט איר דעם סטעי, האט איר נישט קיין טשענס, אדער וועט איר זיין וואוילע אינגלעך, און פאלגן וואס מען הייסט אייך, אדער וועט איר אפרעכטן עטליכע טעג און נעכט אין חד גדיא, (פארגעס נישט, דער דיין פריעדמאן, ארבייט שוין פאר אונז, ער האט שוין באקומען שישי פון רבי יצחק ראזענבערג שליט"א אין מיאמי, און וועט אונז זיכער ערלויבן צו נוצן זיין היתר צו מסר'ן),
3- ווילי, פארגעס נישט אז דיין רב אליין איז געלאפן שמיני עצרת ווי א טשיקן, און זיך באהאלטן נעקסט דאר אינטערן טיש, סא, וואס וועט עם העלפן זיינע נארישע פאר נאכשלעפערס, אז ער אליין וועט גאנץ גיך מאכן א פליטה,
ווילי, וואקס אויף, און זיי ריאליסטיש, אויב קריגט איר א סטעי, דאן האט איר א צייטווייליגע געווינס, אבער אויב פארלירט איר און קריגט נישט קיין סטעי, דאן איז אייך ביטער...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:33 |
|
| |
איך זע אז מ' רעדט נאר פינעם סטעי, ווער ווייסט גייט מען יעצט אויך דן זיין צו מ' נעמט אן די אפיל צו נישט?.
און אויב נישט דאן ווען יא?
און אפילו איר האלט אז זיי האבן שוואכע טשענסעס פאר א סטעי, וואס זענן זייערע טשענסעס אז מ' זאל אננעמן זייער אפיל?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 17:27 |
|
| |
בא ללמד, א ערשט קלאסיגער ארטיקל,  
מיין מיינונג איז אויך, אז זיי וועלן נישט באקומען קיין סטעי, דורך ליינענדיג די פאפירן מיט א OPEN MIND (ווי ווייט מעגליך), זעט מען ווי די אהרנישע פאפירן רעדן פון געזעץ, קלארע דייטליכע דיבורים, אפענע פאקטן מיט הוכחות, און די זאלונישע פאפירן איז פיל מיט HEARSAY, מעשה'לעך, מיט הרגשים, וואס געווענדלעך ארבייט נישט ביי די אפעלעט דיוויזשאן,
אבער ווי געזאגט, ביז ס'איז נישט ענטגילטיג, דארף מען ווייטער מתפלל זיין, אז דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו, און בזכות רבינו יואל בן רבינו חנני' יום טוב ליפא זי"ע זאל העלפן אז די רשעים זאלן חלילה נישט האבן קיין שליטה אויף די מוסדות הקדושים וואס דער רבי זי"ע האט אויף געשטעלט בדם לבבו, און זאל מקוים ווערן דער פסוק, אשר החילות לנפול לפניו לא-תוכל לו כי-נפול תיפול לפניו,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 16:10 |
|
| |
מיין אפשאצונג:
א) סאטמאר וועט זיכער נישט באקומען קיין סטעי, ווייל סאטמאר האט עס קיינמאל נישט געבעטן, סאטמאר האט געבעטן א קלעריפיקעישאן איבער זייערע רעכטן.
לגבי די שאלה צו די זאליס גייען באקומען א סטעי, איך האב געפלאנט צו מאכן א גורל מיט א מטבע צו זען אויף וועלכע זייט עס גייט אראפפאלן, אבער איך האב באשלאסן אז עס גייט אריין אין אביזרייהו פון "לא תנחשו", דערפאר ווייס איך נאכנישט...
לבי אומר לי אז זיי גייען נישט באקומען קיין סטעי, נישט נאר ווייל פיר ריכטער האבן זיי שוין אפגעווארפן דעם פארלאנג, נישט נאר ווייל אונזערע טענות זענען ב"ה פעלזן פעסט, נאר בעיקר ווייל לידיעתי האבן זיי פראבלעמען געהעריג צו נוצן זייערע קאנטאקטן אין געריכט [וואס דאס איז די הויפט סיבה פארוואס זיי האבן דערווייל נאכנישט קיין סטעי].
דא ווערט מקויים דער מאמר הגמרא, "סדנא בסדני יתיב, מדויל ידי' משתלים", זיי עסן אויף די קאשע וואס זיי האבן זיך זעלבסט אפגעקאכט. זייער אנמאכן דעם שרעקליכן חילול ה' אין מערערע זמנים, דורך לויפן צו די פרעסע און אויפבלאזן די סאטמארע מחלוקה ווייט אויסער יעדן פראפארץ, אלעס ווייל עס האט זיי אויף די מינוט אויסגעפעלט צו ווייזן פאר זייער עולם - און בעיקר פאר די "אויגן" אין געריכט וועלכע פאלגן נאך אזוינע אנטוויקלונגען - אז זיי זענען די פולקאמע געווינער, האט למעשה ארויפגעברענגט גאר א שטארקע אויפמערקזאמקייט צו די קעיס, און אויסגעדרייט אהין דעם "ספאטלייט", וואס דאס איז היינט לכאורה די מערסטע נאכגעפאלגטע קעיס אין ברוקלין, און מעגליך אין די גאנצע סיטי, אזוי אז יעצט קומט זיי אן מיט די גרינע גאל - ב"ה - צו נוצן די טאקטיקן מיט וועלכע זיי האבן זיך ביז היינט פארזיכערט מיט א זיג.
און דאס איז אין מיינע אויגן די וויכטיגסטע נקודה פארוואס מיין געפיל זאגט מיר אז זיי גייען נישט באקומען קיין סטעי.
פארשטייט זיך אז אינצווישן דארפן מיר מתפלל זיין ווי ווייט מעגליך אז אין די גורל'דיגע שעה זאלן די ראשי הקהילה האבן הצלחה אין זייערע אונטערנעמונגען, וחפץ ה' בידינו יצליח.
וואס זיכער איז, אז ווילאנג עס איז נישט געקומען קיין ענטפער קען עס געריכטעט ווערן לכאן ולכאן, מיר קענען גארנישט נעמען פאר זיכער - פארגעסט נישט, אין גיבור כמתייאש.
ב) אויב עס וועט טאקע נישט זיין קיין סטעי, און די פאליציי וועט פולשטענדיג קאאפערירן מיטן געזעץ, דארף צו נעמען מאקסימום צוויי טעג ביז ווען די ערליכע ראשי הקהילה וועלן איבערנעמען פולשטענדיג קאנטראל אויף אלע בנינים וועלכע זענען גענצליך אונטער דעם קאנטראל פון די קהילה.
די זעלבע פאליציי וועלכע האבן געמאכט רז"ל פאר רב, די זעלבע קענען יעצט מקיים זיין דעם "והשיב את הגזילה אשר גזל", און ערמעגליכן פאר דעם וועלכער איז באמת רב אין די קהילה צוריק איבערנעמען זיין תורה'דיג פארדינטע פאזיציע.
די מינוט וואס די פאליציי נעמט איבער די לייצעס, איז סתם נארישע גערעדעכץ אז "מ'וועט זיך נישט לאזן", "בלוט וועט זיך גיסן" אא"וו, דאס זענען די זעלבע שרעק טאקטיקן וואס די זאליס פרובירן נוצן אין געריכט צו פארפעסטיגן זייער טענה אז מיר זאלן נישט באקומען קיין סטעי, און האט פונקט אזויפיל האפט ווי ...
די בנינים וואס זענען אונטער די מוסדות אדער אנדערע פריוואטע נעמען איז שווער פאראויס צו זאגן וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן. און איז שוין א באזונדערע שפעקולאציע.
ג) דאס איז שוין יא א שטיקל מעגליכקייט, אז רז"ל זאל רעזיגנירן צום פאקט אז ר' בערל איז פרעזידענט אין סאטמאר, נאר ער וועט בלייבן אין ביהמ"ד מיטן חשבון אז דער רב וועט קיינמאל נישט אריינקומען אין ביהמ"ד ווי לאנג רז"ל איז דארט [א סברא וואס איך האב שוין געהערט פון מערערע זאליס], און אינצווישן וועט ער פרובירן צו ארבעטן אז ער זאל געווינען אין אפעלאט געריכט.
אבער עס איז ביי מיר נישט קיין ספק ווער עס וועט שנעלער מיד ווערן...
דום לה' והתחולל לו.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 28/02/2006 16:12:12
 |
|
|
|
|
|