בית פורומים כל העולם כולו

וועט זיין א סטעי וואס האלט איר?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/2/2006 22:49 לינק ישיר 

ביי מיר איז 70% אז סאטמאר גייט באקומען א סטעי, די נארמאלע שכל זאגט אזוי, און אויך די מציאות פון אלע יארן ביז היינט ווען די אהרונים האבן קיינמאל נישט באקומען קיין רשות אריינצוגיין.
אפילו אויב ח"ו עס וועט נישט געלונגען צו באקומען קיין סטעי, איז הונדערט פראצענט אז די אהרונים וועלן נישט קענען אנפירן די ביהמ"ד אליינס, זיי האבן נישט די געלט סארסעס ווייל רוב מעמבערס וועלן ווייטער צאלן מעמבערשיפ דארט וואו די רב שליט"א און די דיינים שליט"א וועלן הייסן.
אויסער דעם, איך גלייב נישט אז די רב שליט"א וועט בלייבן אין ביהמ"ד און דאווענען אונטער איין דאך מיט מוסרים און רשעים, אבער סוועלן זיכער זיין טויזנטער פון אנ"ש וואס וועלן דירעקט קומען און מאכן זיכער אז בערעלע און אלע איבריגע מוסרים און הולכים בערכאות קענען נישט אנפירן די בהימ"ד.
מוועט טון וואס שטייט אין שו"ע אויף איינעם וואס איז א מתפלל בחזקה, און בערעלע וועט יעדן טאג דארפן לויפן אין קאורט ארויסנעמען ריסטרעינינג ארדערס קעגן מענטשן, וואס וועט אים זיין כמעט אוממעגליך, אונז האמיר שוין געזען ביי יאסי בראך אפילו אונז זעמיר געווען בעה"ב אבער אונז האמיר אים נישט געקענט ארויסטראגן נאר פאר א שטיק צייט און דעס אויך מיט גרויס צרות.
סאיז זיכער אז בערלע ועט נישט קענען דערהייבן די פרעשור, און ער וועט מוזן זיך אראפזעצן בעטן די רב שליט"א זאל קומען מאכן ארדענונג, און דעמאלץ וועט שוין די רב זיין געהעריג בעה"ב ביז די אפיעל וועט צוריקדרייען די פאררוקטע פסק פון ראזענוואסער.
אין ערגסטן פאל וועט די רב נישט קומען אין שול ביז נאכדעם וואס סאטמאר וועט צוריק געווינען די אפיעל, און דעס איז שוין די ערגסטע און ווייטסטע וואס מקען זיך פארשטעלן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 00:22 לינק ישיר 

פורים'דיג דאס שרייבט פעשי און ח.א.ס פעשי

איך וויל נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע

אבער לויט מיין מיינונג נאכן הערן פארשידענע אינפארמאציע, איז נישט דער פוינט צו עס גייט זיין א סטעי צו נישט.

נאר צו די 4 ריכטער גייען אננעמען די מאושן פון הערל פרידמאן צו אינפארסירן ריכטער ראזענוואסער'ס פסק.

אויב דאס ווערט אפגעווארפן, וועל די אהרונים האבן "אשר יצר" פאפיר בשפע, וועלכע וועט טראגן דעם זיגעל פון ריכטער ראזנוואסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 00:40 לינק ישיר 

הא הא הא

אזאנע שטותים פאסט פארן ירושלימער גר פון 37 יאר צוריק...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 18:40 לינק ישיר 

נפתלי משה ווייס וויינט נעבך אז סאטמאר גייט באקומען א סטעי 1 # 1212-990-7303



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 19:41 לינק ישיר 

יעקב בער טייטלבוים האט היינט געזאגט

די זאך איז מסודר.
מיר באקומען זיכער א STAY.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/3/2006 06:11 לינק ישיר 

השתדלו והרבו תחינה אזוי ווי מיר שטייען אין א מצב וואס מען איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, אז די רשעים וואס האבן זיך פארמאסטן צוצונעמען די הייליגע סאטמארע קהלה, זאלן דורכפאלן און נישט מצליח זיין,צו באקומען א סטעי. איז יעצט הזמן גרמא מען זאל נישט אויפהערן מתפלל צו זיין מען דארף יעדן טאג זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2006 16:33 לינק ישיר 

איך הער עפעס האלבע זאכן אז נעכטן האט זיך עפעס א דריי געגעבן קעגן אונז. איינער האט א אנונג וואס איז נעכטן געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וועט זיין א סטעי וואס האלט איר?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.