בית פורומים כל העולם כולו

דינסטאג 5 אזייגער: פרישע פאפירען דא!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/2/2006 23:44 לינק ישיר 
דינסטאג 5 אזייגער: פרישע פאפירען דא!

היינט דינסטאג 5 אזייגער דארפן זיין אין אפעלעט געריכט פרישע פיינל פאפירען פון ביידע זייטן, ווי יעדער גייט אפווענדען דעם אנדערען אויף די פאפירען וואס מען האט אריינגעבען דאנערשטאג.

עס אזי שוין כמעט 5 ווער האט די פאפירען זאל עס דא ביטע ארויף לייגען.

דאס אזי שוין די לעצטע פאפירען אויף די סטעי פאר די פענעל פון די 4 ריכטערס, נאעסט דארף זיין די דעסיזען צו יא סטעי צו נישט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2006 19:29 לינק ישיר 

עפעס האב איך געהערט אז מ'האט נעכטן אדער אייער נעכטן אריין געגעבן עפעס פרישע פעיפערס איז דא איינער וואס ווייסט פון וואס די רעדע איז ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2006 06:12 לינק ישיר 

השתדלו והרבו תחינה אזוי ווי מיר שטייען אין א מצב וואס מען איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, אז די רשעים וואס האבן זיך פארמאסטן צוצונעמען די הייליגע סאטמארע קהלה, זאלן דורכפאלן און נישט מצליח זיין,צו באקומען א סטעי. איז יעצט הזמן גרמא מען זאל נישט אויפהערן מתפלל צו זיין מען דארף יעדן טאג זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2006 05:18 לינק ישיר 

סאטמאר האט א שוואכע טשענס פאר א סטעי, מען דארף בעטן דעם באשעפער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2006 01:44 לינק ישיר 

דאס הייסט סאטמער האט געהאט א געווינס, ווייל די ארוינים האבן געהאט געבעטן ס'זאל נישט גיין צו די אלטע ריכטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2006 00:53 לינק ישיר 

סאיז געגאנגען צי דע פיר ריכטער וואס האנדלן איבער די באראש עפיעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2006 00:11 לינק ישיר 

איז עפעס געווען היינט און קארט? ווייסט מען שוין אויף זיכער וועליכע דזשאדזש'ס גיין דן זיין וועגן א סטעי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 19:33 לינק ישיר 

רבותי.

ס'איז נישטא קיין שום חידושים.
גארניקס.

די זעלבע קרעפ נאכאמאל און נאכאמאל.


* באראש האט יא געווארפן בערל פרידמאן (איי ווען).
* זיי זענען סטאטוס קווא. (ווענד מיך אפ).
* קאלעטערעל עקסטאפעל. (דרייען מיט די צונג פון זייערע סתירות).
* דערמאנען נאכאמאל דעם סיין ביים בית החיים) כאטש דער סיין איז שוין דארט 10 יאר.
* זיי האבן יא אויפגעוויזן אז דער רבי האט געווארפן בערל פרידמאן.
* יאנקעל כהנא איז נישט געווען וויצע פרעזידענט נאר פרעזידענט... (כאטש די שטאטוטען זאגט קלאר נאר איין פרעזידענט).

קיין שום חידושים.
אלטע באבקעס, איבערגעקייט און איבער מעלה-גרה'ט נאכאמאל און נאכאמאל.

ZERO NEW STUFF



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/3/2006 19:26 לינק ישיר 

פאפירן פון דעם אויסגעשפילטן SCOTT MOLLEN.

ער רעדט נישט קיין ווארט פון פאלשע בריוו פונעם רבי'ן.
שוין צום צווייטן מאל.

ער קען דעם פאקט נישט לייקענען. דערמאנט ער עס נישט.

כאטש וואס די ארונים שרייען חי וקים אז דער CERTIFICATE איז קלאר א פאלשע זאך וואס זיי האבן אריינגעגעבן אין געריכט.

http://s45.yousendit.com/d.aspx?id=3OVJ51GEKJW4P08RBNDMV3I9OW



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 19:04 לינק ישיר 

whats going on with zali papers frome yerstday?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 09:14 לינק ישיר 

די פאפירן זענען אויסערגעווענליך, א הערליכע חזרה אויף מערסטנ'ס טעמעס, אבער זייער קלאר ארויסגעברענגט און זייער זאפטיג אהערגעשטעלט.

עטליכע הערות:

 - פון זיינע ערשטע ווערטער זענען מאנכע זיך טועה כאילו ער ווייסט קלאר אז מען האט צוזאמגעשטעלט די צוויי קעיסעס פאר די זעלבע פיר ריכטער וואס זענען דן אויף די באראש אפיעל. דאס איז א טעות, ער זאגט בלויז אז קהל יטב לב איז דא אויף ביידע זייטן פונעם געריכט, וויבאלד זיי זענען די וואס אפעלירן און די וועלכע ווערן אפעלירט. [מ'קען עס קלאר זען שפעטער ווען ער רעדט וועגן דעם פאלשן בריוו וואס יענקל כהנא האט אריינגעגעבן אין געריכט כאילו דער רבי באשטעטיגט זיינע וואלן, ווי ער שרייבט אין פוטנאוט 5 קלאר אז "מ'זאל געבן דעם באווייז אויך פאר די ריכטער וועלכע זענען דן אויפן באראש אפיעל"].

 - שוין צום וויפילטן מאל זענען די זאליס ממש באגאנגען זעלבסטמארד, און זיי האבן נישט אפגעענטפערט דעם בריוו וואס די אהרונים האבן אריינגעגעבן מכלומר'שט אין נאמען פון רבי'ן קעגן שאול פערלשטיין, אויף וואס אונזער לויער רייט יעצט אן רחמנות, ממה נפשך, אדער איז דער רבי יא בעה"ב אדער איז ער נישט בעה"ב ?!

 - צי קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די לעצטע דריי וואכן איז מער רואיג ווי אין די לעצטע פאר יאר...?!

המשך מארגן אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 04:32 לינק ישיר 

עס איז שטארקע גיטע פאפירן עס דערקענט זיך אז עס ליגט דערין אסאך קאפ און מוח.

ווער האט די זאליס פאפירען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 03:24 לינק ישיר 

איך האב יעצט גענדיגט ליינען די פעיפערס ס'איז זייער פיין איין זאך פארשטיי איך נישט ווען איז באס יא גיט און ווען דארף מען אן אנערע לויער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 02:11 לינק ישיר 

א פראטאקאל פון שנת תש"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 02:09 לינק ישיר 

דאס איז דער "קונסות" פאר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן אלס גאב"ד ירושלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 02:05 לינק ישיר 

וואס איז יענע אידיש געשריבענע פעיפערס צום סוף?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דינסטאג 5 אזייגער: פרישע פאפירען דא!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext