ראזענוואסער-ערנסטער לאך
עס איז שוין אן אלט באקאנטער מאמר החכם, אז קליינע מערכות גייען צוגרונד וועגן גרויסע פראבלעמען, און גרויסע מערכות גייען צוגרונד וועגן קליינע פראבלעמען.
ראזענוואסער האט שיעור נישט געמאכט סוף פסוק איבער די הייליגע קהילה קדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר", אבער חסדי ה' כי לא תמנו האט ער געמאכט איין "קליינעם" אבער זאפטיגן טעות, וואס וועט אי"ה קאסטן פאר די אהרונים דעם גאנצן זיג, און ס'וועט זיך ווידער ארויסשטעלן אז "מעז יצא מתוק".
ער האט אויפגעבויט א גאנצע געביידע, בפירוש אנטקעגן באראש'ס פסק, אז דער רבי איז נישט בעה"ב אין די קהילה און דער רבי דארף אויך פאלגן שטאטוטן, אא"וו, און דערפאר האט ער געפסקעט אז בערל פרידמאן איז פרעזידענט, ווייל דער רבי האט גארנישט געזאגט אז ער איז ארויסגעווארפן, און איפלו יא איז ער נישט דורך דעם גאנצן פראסיזשור וואס מ'דארף אדורכגיין ווען מ'ווארפט ארויס איינעם פון קהל.
אבער ער האט נאך געהאט איין "קליינע" פראבלעם, בערל פרידמאן איז קיינמאל נישט געווען פרעזידענט!
יעדער איינער ווייסט אז ר' יעקב כהנא איז געווען דער צווייטער ווייס פרעזידענט פאר בערל, נאר בערל האט אזוי שטארק פארפירט אז מ'מוז אים עפעס געבן (אלס קאשויער רב) אז מ'האט אים אויך געגעבן די טיטל פרעזידענט, און ווייל ער איז געווען א מויל מאכער איז ער אלעמאל געווען די הדיוט קופץ בראש, אבער באמת איז ר' יעקב געווען אייניג פרעזידענט מיט בערל. ביידע זענען געווען קא-פרעזידענט'ס. און אויב אזוי האט ער יא געקענט פאררופן וואלן, און זיינע וואלן זענען פונקט אזוי לעגיטים. לפחות דארף מען מאכן א עקסטערע קאורט פאר דעם.
איז ער אויפגעקומען מיט א באמבע: אז באראש האט שוין באשטעטיגט אין זיין פסק אז בערל איז געווען פרעזידענט און נישט קא-פרעזידענט!
למעשה ווען מ'קוקט אדורך באראש'ס פסק שטייט נישט אזא זאך! ער זאגט אז בערל האלט אז ער איז פרעזידענט, אבער ער זאגט אויך אז סאטמאר טענה'ט אז ס'איז געווען צוויי קא-פרעזידענט'ס. ראזענוואסער האט פראסט און פשוט גע'חלומ'ט!
אפגערעדט פון זיין נארישע פשעטל אז לויט די שטאטוטן קענען נישט זיין קיין צוויי קא-פרעזידענט'ס, אפשר ווייזט ער מיר וואו שטייט אין די שטאטוטן וואס מ'טוט ווען א פרעזידענט ווערט נפטר אינמיטן זיין טערמין?! ס'האט דאך געדארפט זיין וואלן א האלב יאר דערויף (פסח תשנ"ט), און ביז דעמאלט האט מען אויפגענומען צוויי קא-פרעזידענט'ס. אדרבא, זאל ער ווייזן וויאזוי מ'האט געקענט סקיפן ר' יעקב כהנא, וואס איז געווען דער צווייטער ווייס פרעזידענט און גיין צו בערל וואס איז געווען דער דריטער?!
זאך קענער זאגן אז דא האט ראזענוואסער געגראבן דעם לאך וואו זיין גאנצער פסק וועט אנקומען דארט וואו אלע חלומות און "מיטוואך'ס" פון די אהרונים פון די לעצטע פינף יאר.
 |
|
|