בית פורומים כל העולם כולו

נאכען רבין'ס פוס-טריט - אשרינו!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2006 03:50 לינק ישיר 
נאכען רבין'ס פוס-טריט - אשרינו!

אחי ורעי!

עס איז מיר עפעס איינגעפאלען - לאמיך עס מיטטיילען מיט אייך.
----------

איעדער איינער ווייסט דאך - עס איז נישט פון אונז פארהוילען - אז אין די אמאליגע צייטען, ווען דער ארענדער האט נישט געהאט צו באצאלען די צען רובעל פון די קרעטשמע פארן פריץ - האט  אים דער פריץ פאריאגט פון דארף אין בעסטען פאל.  אין די מער דראמאטישע פארציילונגען ווערן מיר באויפטראגט - אז מען האט גענומען דעם הילפלאזער ארענדער, און אים צוגעבונדען צום פערד אין וואגען פונעם פריץ, און אזוי געשלעפט אין שטאט אריין -  ווערנדיג צוקלאפט און צובאלט. נעבעך - דער ארימער ארענדער.

וועט איר מיך פרעגן - וואס האט מיך דערמאנט אין די אמאליגע טרויעריג בארימטע עפאכע?

דריי איך מיך דא אין פארק, יום הולך ויום בא, און קרוך אריין אין די אשכולות וואס זייערע קעפעלעך צוען מיין נייגער. איין טאג אינמיטען  חודש ינאור זעה איך א אשכול פון בא_ללמד, ווי דארט ווערט באריכטעט א שבת אין וויליאמסבורג - מיט כבוד קדושת הגאב"ד שליט"א. קיין סטמאר'ער בין איך נישט, און ווער עס איז דארט גאב"ד כאפט מיר אינדערוואכען נישט קיין חילוק, אבער אזויווי עס איז מוצ"ש, אין צייט האב איך - קריך איך מיר אריין אינעם אשכול.

און דארט הייבט ער אהן: עס איז נישט דא דער מויל וואס זאל שילדערן, און דער האנט וואס זאל באשרייבען; איה הסופר, - דעם גרויסען שבת אין דרייצען הופער. נו, אפשר וואוינט ער אין וויליאמסבורג, צו קאלט איז יענעם שבת נישט געווען - און איז אריין כאפען א בליק אויף די אמאליגע עטרה.

די וואך, כאפ איך א אטעם אינעם פארק - עס איז דאך אזעלכע פרעסט אינדרויסען - און נאכאמאל בליטשקעט א נייע אשכול. און פון וועם? פון אונזער אלעמען באליבטען בא_ללמד. א מחי' אבי איינער שרייבט. און דער טאפיק? א אויסטעריש הערליכען שבת מיט כבוד קדושת הגאב"ד שליט"א אין בארא פארק. איה הסופר וואס זאל דאס קענען באשרייבען. ער איז ווייטער פארגאפט געווארען, אזא קדושה!.

 דא האט זיך מיר שוין אנגעצונדען א רויט לעמפל.

מיט וואס איז ער אנדערש ווי דעם אומ-באהאלפענעם ארענדער?

וויאויך דער גאנצער עולם אויפן בילד - קוקט אויס בערך די זעלבע סייז ווי די אין דרייצען הופער. צו איז דאס אלעס ארענדער'ס וואס ווערן געשלעפט פון איין שטאט צום אנדערן? די וואך איז דאך געווען זייער קאלט!.

צו יעדער פריץ ווען עס וועט אים איינפאלען צו פארען אין  שטאט שובת און משבית זיין א שבת - וועלן אלע אידען פון דארף מוזען מיטפארען?

וואס איז אייער מיינונג דעריבער? הא?!
--------

בא_ללמד:
shot משנכנס אדער Don't take it personal. It's jus't a  



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 04:02 לינק ישיר 

איך האף דו מיינסט נישט מיך...

און וואס פאלט דיר ביי אז מ'איז געצווינגען ?!

איך ווייס נישט אויב אלעס צוזאמען איז געווען די וואך הונדערט געסט פונדרויסן פון בארא פארק [עס האט זיך טאקע אנגעזען א גרעסערער ציבור פון בארא פארק גופא, פון וועלכע טייל פלעגן אמאל נישט קומען צוליב דעם געדרענג].

און טאמער איך גלייך יא א שיינעם שבת, מוז איך טאקע ווארטן ביז ווען דער רב וועט זיך געפינען אין מיין געגנט ?!

וויאזוי האט נאר דער קדושת יו"ט געזאגט:

פאר אים זאלסטו נישט זארגן, אים וועט מען נאכלויפן ביזן שפיץ בארג !

און זאלסט נישט זיין איבערראשט אויב דו וועסט מיר בקרוב זען באריכטן פון א שבת וואס מ'קען נישט באשרייבן פון קרית יואל, ווייל עס וועט זיין לויטער אמת !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נאכען רבין'ס פוס-טריט - אשרינו!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext