בית פורומים כל העולם כולו

זאליס: שטעלט אפ די ראולער קאסטער באצייטנס !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2006 16:27 לינק ישיר 
זאליס: שטעלט אפ די ראולער קאסטער באצייטנס !

אין ליכט פון די אויפטרייסלנדע אנטדעקונג פון זשוליאני אין דעם פאלגנדן אשכול:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1824817 
וואס לויט מיין אינפארמאציע איז עס גאר ווייט פון א קינדער שפיל, רוף איך אויס פון טיפן הארצן א בקשה צו יעדן איד באשר הוא וואס קען אריינרעדן אין די נושא:

שטעלט אפ באצייטנ'ס דעם חילול ה', און די אטאמישע קייט רעאקציע פון קלאגעס און קאנטער קלאגעס וואס וועלן פארקומען !!!

איך האב ערנסטע און קראנטע אינפארמאציע פון די העכסטע פענסטער פון די אהרונים אז דא גייט זיין א שפיל מיט פייער !

עס זענען פאראן גענוג מענטשן וועלכע שרייען "תמות נפשי עם פלשתים", און זענען גרייט אויף אלעם, די פאלגן וואס דאס קען האבן איז שוידערליך אפילו צו טראכטן !!!

עס וועט נישט זיין מער אזא זאך אז סיי וועלכער אפיציעלער באאמטער זאל ארויסהעלפן סיי וועלכן איד באשר הוא אין גאנץ ניו יארק, און מעגליך גאנץ אמעריקע !

יעדער באאמטער וואס האט געהאלפן די אהרונים וועט אנגעקלאגט ווערן אין די קומענדיגע טעג, דאס וועט ברענגען א פלייץ פון קאנטער און קאנטער-קאנטער קלאגעס, וואס תוצאותיו מי ישורנה !

אפילו באאמטע וועלכע האבן געטון מינדערוויכטיגע טובות, ווי ארויסלאזן א איד ערב שבת פארן זמן, אד"ג וועט אריינגיין אין פעקל, איין באשעפער ווייסט וואו עס וועט זיך ענדיגן.

בלויז עטליכע ביישפילן פון ריכטער, פאליטישאנ'ס, און סתם עמך אידן, וואס שטייען אויס צו ווערן אנגעקלאגט - רוב פון זיי אין די וועלט אריין, אבער גענוג אפצושרעקן פאר די נעקסטע פופציג יאר יעדן באאמטן פון העלפן ווייטער סיי וועלכן ארטאדאקסישן איד:

בראש וראשון, הויכגעשעצטער ריכטער ראזענוואסער. הויכגעשעצטער ריכטער באראש בכבודו ובעצמו... שלום דייטש. משה דוד נידערמאן. אליעזר קעסטנבוים. משה שמואל זשופניק. יונה זשופניק. [?] שווארץ. גאווערנאר פאטאקי. מייק בלומבערג. רעי קעלי. ישראל יעקב פריינד. אברהם ווידער. גדלי' סעגעדין. ארי' לייב גלאנץ. יצחק שלום ווערטהיימער. אברהם ברוין. אברהם יואל מענדלאוויטש. נפתלי משה אינדיג.


און נאך טויזנטער באקאנטע און אומבאקאנטע נעמען וועלכע וועלן אריינקומען דא אין שפיל.

אין נאמען פון ארטאדאקסישע אידן פון איבעראל בעט מען די מוסרים און רשעים זאלן אפשטעלן זייערע בלוטיגע פלענער באצייטנ'ס !!!

איר וועט פערזענליך זיין פאראנטווארטליך דערפאר !!!

איר זאלט נישט זאגן אז מ'האט אייך נישט געווארנט !!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 18:45 לינק ישיר 

[א זייטיגע בקשה.

אין ליכט פון די אומשטענדן האב איך זיך ערלויבט צו מאכן אן אויסנאם און נוצן אנדערע סייזעס פון אותיות, דאס זאל בשום אופן נישט אנגענומען ווערן ווי אן אפנויג פון די אלטע תקנה אז מ'זאל נישט טוישן די פאנט אדער אותיות.

אויך ווערט מען געבעטן נישט צו ממשיך זיין אין דעם אשכול. אלע ווייטערדיגע תגובות ביטע שרייבן אין אנדערן אשכול].



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 17:32 לינק ישיר 

Please don't write about one issue in 2 Eshkol"s



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 17:19 לינק ישיר 

קיינער זאל נישט ווערן איבער גענומען פון זיינע ווערטער, ס'איז גארנישט די ארוינים זעהן זייער סוף איז אט דא נעמען זיי זיך שרייען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס: שטעלט אפ די ראולער קאסטער באצייטנס !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext