בית פורומים כל העולם כולו

מארגן אין שאפינג סענטער, ראטעווען פון סוכנות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2006 02:57 לינק ישיר 
מארגן אין שאפינג סענטער, ראטעווען פון סוכנות

מארגן קומט פאר א גאר וויכטיגע מסיבה אין שאפינג סענטער, לטובת דעם אומשולדיגן אינגערמאן וואס איז אריינגעדרייט געווארן אין די לאפעס פונעם סוכנות, וועלכע ווילן מיט געוואלד אים אוועקנעמען די קינדער און זיי טראגן אויף ארץ ישראל וואו זיי וועלן בלי ספק ווערן אויסגעשמד'ט רח"ל.

קומט אין די מאסן העלפן ראטעווען דעם אינגערמאן און די עסקנים !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 07:07 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין ווייטערדיגע פרטים וועגן די קעיס, אבער איך האב יא געטראפן עפעס אן אלטן לינק, וואס קען זיין אינטערסאנט פאר אלע סקעפטיקער, וועלכע גלייבן דעם גלח מער ווי דעם רמב"ם...

http://jafi.org.il/papers/2004/june/june02jp.htm 

אינמיטן א באשרייבונג וועגן די פילם מיטן בלוט בלבול אקעגן סאטמאר און די מסירות נפש'דיגע עסקנים פאר יהדות תימן, מעלדט דער סוכנות מיט צופרידנהייט:

"It's really sad that such a thing happens between Jews," he explains that the Nahari family has been all but stripped of its Yemenite Jewish identity, having been forced to comply with the Satmar culture.

"The Jewish Agency promises to make its best effort to help all of these families find refuge in Israel."



דאס איבריגע לאז איך פאר אייך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 05:58 לינק ישיר 

קען איינער געבן א באריכט פון די לעצטע אנטוויקלונגען ?

ווי האלט דער קעיס ?

ווער זענען די עסקנים ?

איז דא שאנסן צו ראטעווען די קינדער ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2006 17:59 לינק ישיר 

עיקר שכחתי..

http://www.jewishagency.org/JewishAgency/Hebrew/Home/

קוק גוט אדורך דעם סייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2006 17:50 לינק ישיר 

לדאבוני הרב (?) בין איך שוואך באקאנט מיט די פאליטיק אין מדינת ישראל

yohcee718

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. איך דערצייל דיר פאקטן, אין New City, New York עקזיסטירט א אפיס פון די Jewish Agency, אויף העברעאיש הסוכנות היהודית, פארשטייט זיך בלויז פרייע נעבעך.

דו טענה'סט מתו האנשים המבקשים את הנפשך, האסט א ביטערן טעות. אמאל האבן די ציונים זיך באנוצט מיט די טאקטיטן פונעם ערשטן פרעה, בפרך, מיט צוואנג האט מען אראפגעריסן די קאפלעך פון די קינדער, זיי געשטאפט מיט נבילות וטריפות בליל כל נדרי, ועוד.

די היינטיגע דעמאקראטישע ציונים האבן אנגענומען דעם טאקטיש פונעם מלך חדש, בשותפות מיט בלעם'ן, בפה רך, מיט גענצליך אומזיסטע Tours, מיט Movies, מיט מיליטער, הילף מיט עליה, Entertainment, ערגעץ אין בח"ח איז געווען א באריכט אז א גרויסער גרויסער חלק פון חינוך ממלכתי דתי, עצמאי גייט נעבעך צוגרונד, ווערן פריי פון אידישקייט.

דו בארואיגסט זיך אז עס איז שוין נישטא קיין מלחמה מיט די רשעים, און אויף דעם בויעסטו דיין געווינס, ס'איז אבער נעבעך א ביטערער טעות, אז ס'איז נישטא קיין מלחמה איז א סימן אז דער פיינט האלט אט אט ביים זיגן, ווייסט דאך וואס דער הייליגער בעלזער רב ר' ישכר דוב האט געזאגט פאר יענע אידן וואס זענען געקומען איהם מבשר זיין אז מען האט פארטריבן דעם לעצטן מחלל שבת פון לעמבערג: פאהרט קיין בערלין ברענגטס א פושע ישראל עס זאל נישט פארגעסן ווערן די תורת מלחמה מיט רשעים!

וואס לערנט די מעשה? די פושעי ישראל זענען טאקע מער נישט אין ירושלים נאר אין תל אביב, זיי רייסן נישט פון אידן מיט געוואלד נאר מיט גוטנס, נישט גיוס בנות נאר תכנית ליבה, אריינברענגען ציונות טיף אין הארצן, עס זעהט זיך נישט אהן, זיי גיסן מיט געלטער פאר מוסדות התורה, אלעס אלעס אבי כדי צו אפשטילן דעם קול מלחמה פון די חרדים, און מיט גוטנס שלעפן זיי אריין נעבעך הונדערטער און אפשר טויזנטער אין נעץ - אפגערעדט פון ציונות נעץ, נאר ממש נעץ פון מינות און זוהמא.

וועלכע מדינה שטעלט צו אומזיסטע טורס, הילף פאר עליה, הרב אמנון יצחק (ששש!) שרייט אז די מדינה עד היום הזה שמד'ט אפ בכוונה מיליאנען קינדער, עס זיצן שרים און מאכן זיכער אז זיי זאלן א שווארצן בילד אויף די חרדים, נישט קיין קאנטאקט מיט די פרומע, ועל אלה אני בוכיה, זענען זיי דען נישט דעם באשעפערס קינדער? מיט קענען טאקע קיין סאך נישט טון, די קינדער זעען נישט אינדערהיים קיין שבת קיין פסח קיין יום כיפור, אבער דער חינוך סיסטעם חוץ וואס עס איז אדורכגעפוילט איז עס נאך קעגן יעדן בארירונג מיט דת.

כ'וועל רעדן דיין שפראך: ווילאנג האט מען זיך געדארפט קריגן מיט די רעגירונג זיי זאלן ערלויבן ארויפשטעלן א אומשולדיגער שילד אויפן "הייוועי" פאר בני ברק? ולא יזכר שם ישראל עוד! למעשה בני ברק סימבאליזירט תורה, אודאי וועט די מדינה שטערן. דאס איז שוין אפילו אליבא דידך.

דער עצם פאקט אז די "מדינה" שטעלט צו כל טוב וטוב פאר עולים, ברענגט דאך שוין א גוטן געפיהל פאר איהר מצד די עולים, קול וחומר בן בנו של קל וחומר מאותו צדיק הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע וואס האט זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו פאר דעם מזרחיסט (וורהפטיג?) ווייל זיי האבן איהם געראטעוועט פון די נאציס, מה יענו אזובי קיר? וואס וועט בלייבן פון כלל ישראל? ווען נישט די פאר סאמערער משוגעים, וואו וואלטן מיר געהאלטן היינט?

עס האלט ליידער ווייט ווייט ווייט פון מתו האנשים המבקשים את נפשך.

האסט דאך נישט ליב קיין אריכות'ער,, בין איך שוין מקצר..

איך גיב עטליכע לינקס:

http://www.birthrightisrael.com/bin/en.jsp?enPage=HomePage

http://www.nefeshbnefesh.org/

http://www.aliyah.org/news.html




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מארגן אין שאפינג סענטער, ראטעווען פון סוכנות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext