בית פורומים כל העולם כולו

נייע "קרן בלעם" אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2006 17:35 לינק ישיר 
נייע "קרן בלעם" אין קרית יואל!

די וואך האט מען די ערשטע מאל גענוצט די נייע זאל "קרן ויואל משה" אין קרית יואל, ווען איינער פון די גרופע רוצחים/בילדערס פון שטעטל וואס העלפן ועד הקריה באגאנבענען די ציבור, אז זיי זאלן האבן געלט צו בויען אזא אויפרייסערישע זאל, האט געמאכט א ריזיגע קידוש פאר א באווארפן פון זיין זון.
די עולם איז געשטאנען און געקוקט מיט ווייטאג, פאר וועמען האט מען געבויט אזא אויפרייסערישע טייערע זאל?! ווער גייט עס אויסהאלטן?! אין קרית יואל ווערט מען דאך ארימער פון ואג צו טאג, דירות האלטן אין איין ארויפגיין, האט מען געמאכט די זאל נאר פאר די פאר גנבים און רויבערס פון שטעטל? סאיז דאך אוממעגליך?!
קודם גייט מען אויסרייסן די לעצטע פרוטה פון די ארעמעלייט אין קרית יואל, נאכדעם גייען אנהייבן קומען אלע מיני עקלדיגע עלעמענטן פון מאנסי און ארום. זומער גייט מען דארט מאכן אלע מיני ענזשוימענט פארטיס. סשטייט נאך אפילו אויס פון זיי עס צו אדווערטייזן ביי די גויים אזויווי עזרת חולים!!!
שומו שמים!!! און נאכדעם גייט מען פארפירן ווען א פרייוועט מענטש טוט עפעס אין עטרת אברהם!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2006 08:48 לינק ישיר 

עס איז געווען אזא שיינע שמחה קע"ה אז איך געדענק נישט אזאונס פאר יארן עס האבן געשטראמט מענטשן פין איבעראל איך האב פונקט געהערט ווי עפעס א זאלי זאגט פאר זיין חבר א בני יואל פארוואס בין איך מיט די לוזערס.................. איך  האב אים געשוינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2006 04:47 לינק ישיר 

א חבר האט מיר געשילדערט, דעם שבת ווען הונדערטער מענטשן (דארונטער זאליס,בני יואל, למיניהם), געשטורעמט צו דעם שיינעם זאל, און די האבן נעבעך נישט געקענט באהאלטן דעם קנאה אין די אויגן.

קנאה איז נישט א שיינע מדה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 04:43 לינק ישיר 

געשמאק

א מאיעסטעטישע שבת איז אפגעראכטן געווארן אין קרית יואל דורך דעם תורה אין חסד פילאנטראף הרב אברהם יהודא גאלדבערגער, ווען מען האט באנייט די הערליכע אויג פארכאפענדע זאלן אינם בנין קרן  ויואל משה אין קרית מלך רב "קרית יואל".

די הערליכע בנין איז 4 שטאק הויך, און עס האט געקאסט אומגעפער  3- 4  מילאן דאלער.

די אינוועסטירער זענען הונדערטער אנשי שלומינו, וואס האבען געגעבן איבער צוויי מיליאן פאר דעם קרן ויואל משה זינט תשנ"א, ווען רבינו שליט"א האט דאס מייסד געווען, אלס א אייביגע מקור הכנסה פאר די הייליגע מוסדות אין קרית יואל.

די ערשטע דריי שטאק זענען 6 זאלען, אויף יעדען שטאק וועט מען  קענען פראווען צוויי שמחות.
 
אויף דעם אויבערשטען שטאק איז דא א עלעגאנטע  , "5 סטאר" מאטעל, און אויך די צענדליגער אפיסעס פון די ברייט פארצווייגטע אימפעריע פון מוסדות  קרית יואל.

דער חנוכת  הבית  איז אפגעהאלטן געווארן דורך הנגיד הרב גאלדבערגער, וואס האט געגעבן 100.000 דאלער פאר א זכות פון איינע פון די זאלן, און זיין טאטע הרב  ישראל גאלדבערגער האט עקסטערע געבען 100,000 פאר א זאל אינעם בנין.

און צוגאב צו די ריזיגע נדבות האט ר' אברהם יודא געבארגט פאר די הייליגע מוסדות דעם פאנטאסטישן סכום פון

600,000 $
 
זעקס הונדערט טויזענד דאלער


וואס האט ערמעגליכט צו פארענדיגען דעם בנין,

אין המצוה נקראת אלע על שם גומרה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 04:28 לינק ישיר 

א נחת צו זען ווי גוט דער "יצא עיניך" ארבעט, אזוי ווייט אז דער מוסר זאגער שעמט זיך נישט צו קומען אפן זאגן לכתחילה דעם "טול קיסם מבין עיניך"... און נאך אלס "ספק מוציא מידי ודאי".

עס וועט אייך גארנישט העלפן, אין קרית יואל, און ביי די אהרונים איז דא א בעה"ב, און ביי די זאליס איז דא א "קאנטראקט"...

אין אונזער מצב ב"ה געב איך דיר די פולע רעכטן צו שעלטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 00:56 לינק ישיר 

איך האב געזעהן דעם זאל ס'איז עקלהאפטיג קוידם האט געהייסן עס גייט זיין ביליג אבער יעצט א אוי וועט עס זיין טייער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נייע "קרן בלעם" אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext