בית פורומים כל העולם כולו

דאס פנים פלאמט פאר בושה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2006 17:47 לינק ישיר 
דאס פנים פלאמט פאר בושה!

באקומען אין אישית:

ביטע מאכן א אשכול דערפון אין אייער פארום (נישט שרייבן מיין נאמען)
http://www.nahalharedi.org/schmeltzer.wmv
יישר כחכם





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2006 17:53 לינק ישיר 

ער איז מחזק אינזערע פרומע ברודער אין נח"ל חרדי, נו ! איז וואס?
מיר געפעלט נאר ווי א בחור ווייזט פאר'ן קעמערע אז ליפא איז משוגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 00:19 לינק ישיר 

א גדול קען מאכען א טעות -אבער נישט יעדער וואס מאכט א טעות איז א גדול. אלע ליטווישע גדולים האבען געזאגט אז מיליטעיר איז יהרג ועל יעבור ביז ס'געקומען איין קליינקעפיגער בני ברקער און איבערגעדרייט דער קערה על פיה. אבער א שאד צו רעדען פון דעם. געב מיר נאר נאר צו פארשטיין איין זאך. מ'קען דאך געהרג'עט ווערען אין מיליטעיר. אז ער האלט אז ער איז ראוי צו פסקענען דיני נפשות, מילא. אבער אויב ער האלט אז יעדער שאבאב וואס דרייט זיך וואו מ'דארף נישט איז חייב מיתה, פארוואס לייגט ער זיי נישט פשוט א קויל אין קאפ? פארוואס אזא געדרייטע אומוועג ווי נחל?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-6/3/2006 01:15 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער ס'איז ערגער קערי צו אויסשווארץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 03:00 לינק ישיר 

Wasa_dif
איך ווייס נישט צו די מיינסט עס ערנסט - אדער די מאכסט דיך צונאר. עס איז דא א חוב אויף יעדן פון די בני העיר צו גיין היטען דעם שטאט. און די ביסט דער זעלבער מחותן ווי דער פרייער אין די זאך - גארנישט ווייניגער.

גוט, די קענסט זאגען איך בין נישט אזוי מחויב ווי דיר, ווייל פון מיין זייט האבען די ענגלענדער געקענט היטען (הגם איך האלט נישט אז די טענה איז ריכטיג - אבער נניח.)

אבער צו זאגען אז מען טאר נישט ווייל די שטעלסט זיי אין סכנה? - מאי חזית דדמך סומק טפי? עס איז לכאורה אין הלכה קיין שום פראבלעם.

יעצט, דעס וואס די זאגסט אז נישט יעדער וואס מאכט א טעות איז א גדול - גלוי וידוע לכל מא דבעי למידע - אז הרב שטיינמאן'ס גדלות האט זיך נישט גענומען פון טעותים נאר זיין גדלות האט זיך אנגעהויבען ביי זיין: תורה,פרישות,און שפלות.

ממילא דריי אויס דיין אימרא און זאג: נישט יעדער וואס קוקט מיר אויס אז ער מאכט א טעות איז אויס גדול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 03:09 לינק ישיר 

פאטאקי
יישר כח פארן מיך פארגלייכען מיט אויסשווארץ - ער איז זייער א גוטער אינטערטעינער, הגם איך האלט אז ער איז אסאך מאל -off limits.

אבער דער חילוק צווישען מיר און אים איז זייער א גרויסער. אויסשווארץ האלט די גאנצע וועלט פאר א יורה של צואה, און ער גלייבט נישט אין קיין שום הכערס -אריינגערעכענט זיינע גייסטישע פירער. דעריבער מאכט ער פון אלעמען איינס, און וועל זעהן עולם בחורבנה.

קערי08 האלט פונקט די פארקערטע, איך גלייב אין ערליכע אידען, און האלט אז עס קומט פאר יעדעם זיין רעספעקט - פאר דייניגע אויך. איך וויל זעהן עולם בבניינה.

איך וויס נישט טאמער דיין רעליגיע לאזט אזוינס צו, און איך וויס נישט אויב זיי לאזען אזוינס טראכטען - אבער דער פארק איז לכל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 03:11 לינק ישיר 

קערי
תוקן על ידי - kj_village - 06/03/2006 3:24:34



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 18:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

וואסא

די האסט א שארפע פעדער כל הכבוד

"אלע ליטווישע גדולים האבען געזאגט אז מיליטעיר איז יהרג ועל יעבור"

איז א שקר גס ונורא אדרבא ברענג איין מקור!

די מאכסט א ליצנות פון די גאנצע מערכה פון "גיוס בנות" אויב דינען בכלל איז "ביהרג" ווי קומט אריין "בנות" דא?

ניין אין ארץ ישראל האט קיין איין גדול נישט ג'אסר'ט צו דינען אין צה"ל נישט איין!

אודאי האבען גדולי ישראל גע'קאמפ'ט פאר א "דחוי רעכט"  פאר לומדי תורה וואס תורתם אומנתם כל היום זאלען זיין "צייטווייליג" פטור פון דינען. פארדעם אליין איז עס  א חוב קדוש -לפי דעת רוב רובם פון גדולי ישראל- צו גיין שטימען פאר אגודת ישראל צו באשוצען טאקע דעם רעכט. [וכבוד הגה"ק בעל ויוא"מ במקומו מונח]

אבער אן "איסור" צו דינען אין צה"ל איז א שקר גס!

איך פארשטיי פארוואס אזא שקר מוז געזאגט ווערען, אויב נישט וואס איז טאקע דער עבירה פון דעם גאון וצדיק אמיתי הרב שטיינעמאן? מוז מען אויסזויגען פון לופט איסורים עתיקים שלא שמעו אבותינו.

אבער וואס בכלל האט עס צו טוהן צו מ'דארך גיין מחזק זיין אידען?
אין שו"ת דברי יואל זאגט דאך דער רבי אז עס איז חיוב דאורייתא צו גיין צו א קאנסערוועטיוו קהילה צו מאכען פאר זיין א כשר'ע מקוה נאר צו ראטעווען איינעם אפילו פון איין עבירה איז כדי. אבער ווען די "קליינע-קעפ" - נאך פאלגער פון סאטמאר רב נעמען זיך צו דער שיטה ווערט מען "פויפסטליכער פונעם פויפסט!" 

ניין לויט דעם סאטמאר רב דארף ר' ישראל חיים מנשה גיין זאגען א דרשה פאר די בחורים פון נח"ל החרדי צו ער האלט פון דעם צו נישט!

וכדי להראות השקר הגדול והנורא של הקנאים הנה הלכות לחייל לא מהרב שטיינעמאן או מהאדמו"ר מבעלז אלא מהרב הגאון הגדול לו דמי' תהלה משיירי כנסת הגדולה לוחם מלחמות ה' בגאון הגאב"ד ירושלים בעדה החרידית בכבודו ובעצמו!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2006 18:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2006 19:46 לינק ישיר 

פאריאר איז ארויסגעקומען א חיוב גמור מוחה צו זיין אויף רב שטיינמאן ביי זיין וויזיט אין יארק, בחתימת ריח"מ מיט פיליפ וכדומיהם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 20:23 לינק ישיר 

יוחי.

איך האף אז קיינער פון די מענטשן פון הרב שטיינמאן זעען נישט דעם פארום, אויב יא איז דיין לעבן אין געפאר !

אזא חוצפה ! ער לייגט אריין דן גרעסטע כוחות אז מען זאל ח"ו נישט וויסן אז ער האט דערמיט שייכות, קומט יוחי און דעקט אויף דעם גאנצן אמת אויף היידפארק !

ווייניגער ווי סקילה קומט אים נישט !

אגב, אויב איז באמת אזא וויכטיגע זאך מחזק צו זיין די בחורים דייקא אין דעם גרעסטן מקום כפירה וזוהמא אין דער וועלט, פארוואס לאזט מען עס איבער פאר ליפא שמעלצער ? פארוואס ענען די בחורים נישט זוכה אויף א באזוך פון הרב שטיינמאן בכבודו ובעצמו ?!

מצוה בו יותר מבשלוחו !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 20:57 לינק ישיר 

בא ללמד שוין א לאנגע צייט וואס איך באמערק אז די האסט פראבלעמען מיט שווארץ אויף ווייסע דאקומענטן

סאיז דיר אזא פראבלעם פון זיין א מודה על האמת?

"אין דעם גרעסטן מקום כפירה וזוהמא"

 אויב אזוי פארוואס האט ר' פנחס עפשטיין געשריבען פאר פרומע מיליטער'ס לייט הלכות ? איז נישט דער ערשטער הלכה סאיז ביהרג ואל יעבור דארט צו זיין בכלל??
האסט אן ענטפער יא אדער ניין? סתם צו שיסען ליצנות אויף צוריק איז קיין קונץ

האסט עפעס א הסבר ווי אזוי סאטמאר רב האט געהאלט אז מ'מעג גיין צו א קאנסרוועטיוו שוהל צו מאכען א מקוה דארט? ווילסט אפשר זאגען אז א רעפארם שוהל איז הייליגער פון צה"ל?

THATS NEW! STOP THE PRESS WE GOT A NEW SATMAR SHITA

איבער הרב שטיינעמאן איבער נח"ל יא זיינע גבאים זענען גערעכט און ער האט קיינמאל נישט געשטוצט דער אידיע און רוב גדולי ישראל פון דעם חרדישען קאמפ האלטען טאקע נישט פון נח"ל החרדי ווי אזוי עס איז אויסגעשטעלט לעת עתה. און דער נחל החרדי גייט זיך טאקע פארמאכען. אבער "אסור" "טריפה" "כפירה" דאס קומט פון די קליינע קעלערען אין מעי-שָאהרים פון די יונגע צוצאקלעך וואס לעבען פון קלעבען פלאקאטען...אבי מ'מאכט לעבען...

אבער עס איז נישט פארהאן קיינער וואס האלט אז עס איז אסור די דינען אין צה"ל דאס איז א פאקט!
און אויב עס זאל זיך מאכען א בעסערע אויסשטעל פון נחל החרדי אונטער געהעריגע השגחה והסכמת הגדולים מה טוב ומה נעים והלואי !

איך האב געפרעגט וואס האט דער חזון איש געוואלט פון "גיוס בנות" אויב בכלל אפילו פאר מענער צו דינען איז ביהרג

די ביסט פשוט נישט ביכולות צו פירען א נארמאלע דעבאטע אויף א מענשליכע וועג בפרט ווען עס קומט דיין אייגענע אפטייטש פון די שיטה הקדושה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2006 21:25 לינק ישיר 

בא_ללמד:
צו דן זיין אוף סקילה קען מען אויף היידפארק?
צו גיין אין מלחמה דארף מען א אורים ותומים??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 22:18 לינק ישיר 

קערי.

אויב דער צה"ל וואלט געגאנגען אין מלחמה אזויווי איך האב דן געווען אויף סקילה, וואלט גוט געווען...

יוחי.

איך קען דיר באמת נישט פארשטיין, אויב דו האלטסט אז איך בין בלינד ח"ו, פארוואס קלערסטו אז איך קען ליינען וואס דו שרייבסט ?!

דו האסט אמאל מיר געזען זאגן אז אלע "גדולים" האלטן אז דינען אין צה"ל איז ביהרג ואל יעבור ?!

איז דען דא א ספק אז מ'האט אין יאר תש"ח און אין תשל"ג נישט געכאפט מענטשן אין די גאסן און זיי געצווינגען צו דינען אין צה"ל ?!

און צווייטנ'ס, וואו האסטו געזען אין די ווערטער פון ר' פנחס עפשטיין איין רגע אז ער רעדט וועגן עמיצן וואס דינט אין צה"ל ?! ווער איז בלינד, איך אדער דו ?!

איך ביי מיר בין איבערצייגט אז ווער עס דינט אין געווענליכע אומשטענדן אין צה"ל איז א כופר אין פילע עיקרים אין תורתינו הק'. אויב מ'כאפט אים אין די גאס און מ'צווינגט אין צי ער איז מחוייב זיך מוסר נפש צו זיין ?! זייער א שווערע פראגע, איך האב מאמענטאל נישט קיין תשובה דערויף.

איך בין אויך איבערצייגט אז "אלע" גדולים האלטן אז צו דינען אין געהעריגן מסגרת פון צה"ל איז אין כלל פון אביזרייהו דגילוי עריות, וואס לאזט זיך דעבאטירן [נישט ביי מיר, ביי אנדערע] אויב עס איז אין כלל פון יהרג ואל יעבור.

איך האלט קלאר אז דער רבי זי"ע וואלט געהאלטן אז דאס עפענען אזא מסגרת פאר חרדישע אפשטאמיגע צו דינען אין צה"ל איז ביהרג ואל יעבור, עס איז גארנישט ווייניגער ווי גיין צו די בחירות, און נאך פיל מער. במילא איז עס ווייט נישט קיין פארגלייך צו בויען א מקוה אין א רעפארם שול, וואס שטארקט אינגאנצן נישט די רעפארם קהילה, און איז גארנישט מוסיף אויף די איסורים וואס זיי זענען עובר.

לויט הרב שטיינמאן וואס האלט אז גיין צו בחירות איז נישט ביהרג ואל יעבור, איז מסתמא עפענען א "כשר'ע" מסגרת אין צה"ל ווי נחל חרדי אויך נישט קיין יהרג ואל יעבור, במילא מעג מען דעבאטירן אויב מ'מעג עס עפענען, און אויב דאס איז בכלל א הצלה פורתא. הרב שטיינמאן האלט אז יא, דו ווייסט אויך אז ער האלט אזוי, דו ווייסט אויך אז איך ווייס אז ער האלט אזוי, און דו ווייסט אויך אז הרב שטיינמאן ווייסט אז איך ווייס אז ער האלט אזוי...

למעשה האט דער מציאות באוויזן אז דער מסגרת שטייט כמעט נישט אפ פון דעם געהעריגן סיסטעם אין צה"ל, אויסער דאס וואס מ'זעט נישט דארטן קיין פרויען - אפיציעל. במילא קען מען ווידער דעבאטירן אויב עס איז נישט אין כלל פון אביזרייהו, אבער דאס איז שוין נישט נוגע לענינינו.

אויף ליפא שמעלצער פריוואט האב איך נישט קיין סאך טענות, נאר איין טענה - און א שטארקע: פארוואס ער גייט נאך מיט א בארד און פיאות.

די זעלבע טענה וואס איך האב אויף יהודה משי זהב, איציק קאופמאן, ברוך מרזל, ועוד כהנה וכהנה אלפים ורבבות, וועלכע זענען חרדים בלויז פאר דעם אז די פרעסע זאל אונז קענען פארשעמען [נישט בכוונה, זייער יצר הרע הייסט זיי אזוי]. וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דאס פנים פלאמט פאר בושה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext