| נשלח ב-6/3/2006 05:59 |
|
| |
באטשי: וואו ביסטו נעלם געווארן?
אין דעם פורום 'היימישע קרעטשמע' האב איך געזען א גוטן אשכול, וואס זוכט אפיר די אלטע גוטע שרייבער וואס זענען ערגעץ ווי פארשוואונדן געווארן.
דא וועל איך עס שטעלן אויף אן ענליכן אופן, נאר אנשטאט וואס אין איין אשכול וועט צוזאמגעשמאלצן ווערן א זוכונג אויף אלע, וועל איך געבן פאר יעדן א באזונדערע עטענשאן, און אפשר וועט מען הערן פון די אפגעשטארבענע ניקס, אדער פון זייערע נייע נעמען און מקומות אוואו זיי האלטן זיך אויף.
איך וועל אנהייבן מיט מיין בעסטן ניק, פון וואס איך האב דאס מערסטע הנאה געהאט, און זעלטן אז מען זאל זען אזא געשמאקע ניק פון וואס סיי די וואס האבן מיט אים געהאלטן אין איין מיינונג און סיי די וואס האבן נישט געקענט סובל זיין זיינע השקפות האבן זיך גערעכנט מיט אים און ארויסגעקוקט אויף זיינע מאמרים.
באטשי, אין וועלכע וואסערן ביסטו פארשוועמט געווארן?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2006 19:21 |
|
| |
באטשי קומט אהער אויף תקופות.
בכלל איינער וואס איז פטור געווארן פון דעם אינטערנעט אנשיקעניש ווילסטו אים צוריק שלעפן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 02:04 |
|
| |
אויב איז ער שוין נישט אויף דעם אינטערנעט עט מען איהם סייווי נישט צוריקשלעפן, אויב אבער ליינט ער יא, און דער וואס זוכט איהם, פילט פאר וויכטיג דאס אויסצושרייען ברבים, נו זאל דער באטשי שרייבן אויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 17:28 |
|
| |
יעדעס יאהר פורים פארשטעלט מען זיך פאר עפעס אנדערש, איינמאל א פאליס, נאכדעם א סאלדאט, און ווען מען ווערט שוין באורד פארשטעלט מען זיך פאר א כהן גדול. והבן.
|
|
|
|
|