הבהרה ואזהרה !
איך בין גוט באקאנט אז אין די לעצטע צייט האבן מאנכע פארשוינען אין אנדערע פארומ'ס זיך אנגעטשעפעט אין א געוויסן אינגערמאן אז ער איז דער וואס שטייט אונטער בא ללמד, און זיי חזר'ן דעם ליגנט איינמאל און נאכאמאל איןמדער עפנטליכקייט. זייער ציל איז א פשוט'ער, זיי ווילן אפשפארן דעם פארום ! די מערכת האט אונז אפן געווארנט, אז אויב עס שטעלן זיך נישט אפ די קריגערייען צווישן די פארומ'ס, וועלן זיי אפשפארן ביידע פארומ'ס, און דערויף קוקן זיי ארויס. (עס איז שוין אפילו געווען אמאל וואס זיי האבן געמאכט אזא סארט אשכול וועגן בא ללמד, און ווען פון דא האט זיך קיינער נישט אנגערופן, זענען זיי אליין געלאפן צו די מערכת - וואס פארשטייט דאך נישט קיין אידיש, און מ'קען זיי פאררעדן די ציין - מיט די טענה אז מיר "זאגן" אז עס איז דא אין יענעם פארום גילוי שמות, און אז "עס איז נישט אמת" נאר מיר זאגן עס אין די וועלט אריין כדי צו סאבאטאזשירן זייער פארום !!! פערצופאל איז עס נישט געווען אינגאנצן ליגנט, נאך אלעם איז עס דאך בכלל נישט געווען קיין גילוי, בלויז א אומגעלונגענער פרואוו צו מאכן גילוי....) יעדער פרואוו צו ערוועקן א מלחמה צווישן די צוויי פארומ'ס וועט געזען ווערן ווי סאבאטאזש ! דער וואס וועט נעמען אנטייל דערין, אפילו אויב נישט אין אונזער פארום, וועט נחסם ווערן ! מיר ברויכן ניטאמאל קוקן אויף זייער זייט, זאלן זיי שרייבן וואס זייער הארץ גלוסט, זיי ווייסן זייער גוט אז טעראר ארבעט שוין נישט היינט קעגן די אהרונים, זיכער נישט ווען מען צילט גענצליך אומשולדיגע אינגעלייט.
|