3) אלענפאלס. אפילו אויב די זאלונים באקומען יא א STAY איז עס אויך נישט עק וועלט.
איך האב נישט געהאט קיין אינערליכע אינפארמאציע, ווייל דינסטאג איז נאך געווען אייידער די פיר ריכטער האבן זיך בכלל אראפגעזעצט, און דינטסאג מיטאג זענען נאך אלע פאפירן בכלל נישט געווען געפיילט אין קאורט.
אלזא שפיר איך פאר וויכטיג צו לאזן מעלדן:
1) די זאליס גייען אט אט אריינגיין אין FEDERAL COURT די RICO קעיס גייט פעסט אן. זיי מיינען אז קיינער ווייסט נישט. יעקב בער מיט משה פרידמאן ארבעטן פיבערהאפטיג אריינצוגעבן די RICO קעיס קעגן ראזענוואסער.
און איך האף צום באשעפער אז זיי זאלן נישט צוריקציען. ווייל דא גייט אי"ה קומען זייער מפלה. (בקרוב).
נשלח ב-17/2/2009 17:52
זשוליאני, אפילו ווען דיין אסטראנאמישע כח הדמיון וואלט זיך געענדיגט ביי דעם אשכול, איז דיין תירוץ נאך אלץ תוהו ובוהו אן קיין פשט. וכ"ש ווען דיין דמיון פראסעסער שיסט מיליאנען גיגע-בייטס פער סעקענד אשכול נאך אשכול. אבער הוא אשר דיברנו, יעדער אינדזשויט עס דא, דארפסט נישט ארויסזויגן קיין ביאת המשיח פארענטפערונג, עס איז בעסער אז רז"ל האט יא געליטן ביטערע בזיונות אין וויילאנד.
נשלח ב-17/2/2009 17:28
איך ווייס פון א קדוש עליון און גדול בישראל וועלכער האט צוגעזאגט א משיח וועט קומען בשנת כת"ר. - איז ער געקומען?
איך ווייס פון א קדוש עליון און א ראשון, וועלכע שרייבט אין זיין ספר, אז משיח וועט קומען נאך שמיטה תשס"ח - איז ער געקומען?
איך ווייס פון א קדוש עליון און גדול בישראל וועלכער האט צוגעזאגט א די מדינה וועט נישט שטיין קיין 40 יאר - איז עס אינטערגעגאנגען?
איך בין זיך נישט מדמה צו קיינעם פון די צדיקים וקדושי עליון. א טעות פאסירט נאר א בשר ודם. און איך דאס בין איך. (גאראנטירט).
אבער ווען דער זייפן און שקרן, שאול פערלשטיין שטעלט זיך אויף און זאגט פאר א רבים: מיר האבן דעם בית החיים ! מיר זענען באלעבאס ! אזא שקרן חוץ געבעלס איז נישט געווען !