א דיבעיט וואס איך האב מיט DRYNITZ איבער דעם נושא אין חדשות זאלונים
ארוינישע ווייטערדיגע פלענער
DRYNITZ
דאס האט מקוה איד געשריבען אין דעם ארוינישען פורום תיכף נאך ראזענוואסערס פסק.
פארשטייט זיך די אלע אויוונדערמאנטע זאכן איז נאר אויב אלעס גייט 100% פראצענט פאר די אהרונים, וואס מ'דארף נאך אסאך האפן אז ס'זאל זיך אזוי אויסארבעטן.
אויב די אהרונים פלאפן נאכאמאל, ווי למשל אז ס'געלונגט פאר די זאליס צו באקומען א סטעי, האלט איך אז די אהרונים זאלן אויפהייבן די ווייסע שמאטע! סעט זיין זייער פעינפול אבער מ'קען דאך נישט טאן מער וויפיל מ'קען, האפענטליך וועט עס נישט פאסירן.
יזכר לך היום אתמול אשר דברת, ביי די ארוינים איז דאך שכחה איינע פון די הארבסטע עבירות, אז א איד פארגעסט אמאל איז ער ממש אסור לבא בקהל, מקוה איד מיר האבען א בקשה פון טיפעניש פון הארץ צו דיר מיין פריינט.
געדענק וואס די האסט דעמאלט רעקאמענדירט, און גיי ארויף צו דיינע שותפים און אנפיהרערס פון דעם געוואלדיגען חילול השם מסוף העולם ועד סופו און הייב אויף א וויי געשריי.
אחיי וריעיי,
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף קודשא בריך הוא..
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף תורת משה...
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף יהדות החרידית...
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף רבינו הקדוש זי"ע..
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף ממלא מקומו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א...
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א...
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א...
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף הגאונים הצדיקים שליט"א חברי הבד"ץ..
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף אלע גאונים וצדיקים שלא כרעו לבעל און ווארפען זיך נישט אונטער דעם בן סורר ומורה פון קרית יואל...
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף די העלדישע הנהלת הקהלה אנשי שם, בעלי בתים נאמנים לד' ותורתו וואס שטייען מיט מסירת נפש ביים רודער פון די קהלה קדושה אין די שווערסטע זמנים...
עס איז שוין צייט אראפצונעמען דעם האק און די נידערטרעכטיגע מסירות וואס מיר האבען אויפגעהויבען אויף די העלדישע הנהלת המוסדות אנשי שם, בעלי בתים נאמנים לד' ותורתו וואס שטייען מיט מסירת נפש ביים רודער פון די קהלה קדושה אין די שווערסטע זמנים.....
עס איז שוין צייט מיר זאלען איינזעהן דעם פשוטען טייטש פון די ווערטער,
העברת פי ה' היא לא תצלח.
רייס איין ביי דיין בן סורר ומורה, אז גענוג איז גענוג, 6 יאר פון עקירת התורה איז גענוג, ער וועט סיי ווי אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע נידערטרעכטיגע מעשים אויסער זיך צו פארזיכערען א גאנצען בוך אין די היסטאריע פון כלל ישראל צווישען די אנדערע מחללי השם לדורותם וואס ווערען געדענקט לחרפות ולדראון עולם....
מקוה איד, עיני כלל ישראל בך תלויות, די ביסט א שטיקעל נארמאלער ארויני, וועק אויף דיינע חבירים און פיהרערס און פויעל אויס ביי זיי שיאמרו למלאך המשחית, ר' אהרן און יצחק רז"ב, הרף. מיט דעם וועט זיין דיין חלק צווישען די מזכי הרבים און דער שכר איז בלי ערך...
קושקע
וואס זאלן די אהרונים יעצט טון?
זיי האבן געוואנען ביי ראזענוואסער, זיי קענען דאס נישט צוריק דרייען.
די איינציגע וואס זענען יעצט אין ערכאות של עכום רח"ל זענען נאר די זאליס, זיי זענען די APPELENTS און די אהרונים די RESPONDENTS.
וואס ווילסטו, זיין זאלן זאגן פאר די APPELETE JUDGES אז אונז וויל מיר אויך נישט די ראזענוואסער פסק?
שנייטיך
קושקע, וואס איז מיט די אפיעל פון באראש???
דרייניץ, די האלטסט נאך אז עס איז דא א מעגליכקייט ארון זאל אויפגעבן די מערכה??
פארגעס דערפון, די קעיס וועט זיך ענדיגן ביי HERRICK, FEINSTEIN'S יורשים
DRYNITZ
קושקע:
די קויפסט באמת די מעשיות פון בלאט?
די האלטסט טאקע אז ווען איינער אפיעלד דעם פסק פון א קאורט איז ער א הולך בערכאות?
האסט אפשר א חשבון פון וויפיל אפיעלס די ארוינים האבען איינגעגעבען אין משך פון די לעצטע פיר יאר?
פרוביר צו רעדען און טראכטען ווי א נארמאלער מענטש.
די ארוינים זענען אריין אין געריכט ארויפצווינגען ראשי קהלה, הולכי בערכאות, אויף ראשי עם קודש, מיר האבען אלע רעכטען זיך צו פארטיידיגען ביזען סוף פון די געריכטליכע פראצעדורען. איך פארשטיי אז די וואלסט געוואלט אז מיר זאלען דא ענדיגען, אזוי ווי דער קינד ווען ער האלט א טריט פאראויס אינעם שפיל, רופט ער אויס נאו מאר איך שפיל נאו מאר. ביי ערוואקסענע מענטשען ארבעט עס נישט אזוי, מען הייבט אן א מערכה גייט מען ביזען סוף.
דרך אגב איך האב פאר דיר נייעס, אז על פי הלכה מעגען מיר אין דעם סיכסוך אנהייבען נייע קעיסעס אויך, וויבאלד ענק זענען געגאנגען אין קאורט מעגען מיר נעמען אלע שריט נויטיג זיך צו ראטעווען אפילו דורך ערכאות, אבער לעת עתה האט כ"ק הגאב"ד שליט"א והבד"ץ נישט געגעבען קיין רשות דאס צו טוהן.
קושקע
שניי, די אפיל פון באראש איז שוין געווען די לעצטע ארגומענטן.
קושקע
נו דרייניץ, האסט נישט געענדיגט.
מיין שאלה: וואס זאלן די אהרונים יעצט טאן?
פון זייער זייט גייען זיי שוין ארויס פון קאורט! עטס לאזט דאך נישט!
DRYNITZ
דאס זאלען זיי טאקע טוהן, אין זמן פון קימו וקיבלו זאלען זיי ארוסגיין פון קאורט און תשובה טוהן אויף דעם חילול השם פון אלע יארען און נישט ח"ו זיין ככלב שב אל קיאו און ווייטער אריינגעבען פאפירען אין אפעלאט אז זיי זאלען אפווארפען באראש'ס פסק און באשטעטיגען ראזענוואסערס פסק.
קושקע
הייסט אזוי, עטס זאלטס אריינגעבן פאפירן צום אפעלאט, און מיר זאלן זיצן מיט צאמגעלייגטע הענט!
געוואלדיג!
ראובן און שמעון האבן זיך געקריגט איבער א טייערן זייגער, זענען זיי געגאנגען צו די"ת, נאכן אויסהערן די טענות ומענות האט די בי"ד געמאכט א פשרה, און געזאגט:
קיינער גייט נישט ארויסגיין מיט ליידיגע הענט, ראובן גייט באקומען די זייגער און שמעון גייט באקומען א פראסק, אזוי אז יעדער באקומט כאטש עפעס.
DRYNITZ
נאר וואס ווילסטו??????????
ביזט אריינגעגאנגען אין קאורט ווי א גוי.
6 יאר האבען מיר אפגעהאלטען נאכאנאנדיגע געווינסען און ענק האבען אפגעהאלטען נאכאנאנדיגע פארלוסטען.
נאך יעדען פארלוסט האבען ענק זיך פארהארטעוועט די הערצער און פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל בערכאות של עכו"ם.
אין משך פון די יארען האבען ענק אנגעהויבען לכה"פ 4 עקסטערע פרישע געריכטען.
ענק האבען איינגעגעבען עטליכע אפיעלס חוץ דעם לעצטען אפיעל אויף דעם באראש פסק.
ענדליך האבען ענק איינמאל אפגעהאלטען א געווינס פאר עטליכע וואכען, שרייסטו אז יעצט זאל מען ענדיגען, און טאקע ממש יעצט די מינוט.....
זאג נאר קינד מיינס, וויפיל יאר ליינסטו שוין דעם בלאט?
הער אויף באצייטענס ווי לאנג די קענסט נאך ראטעווען א קאפיטשקעלע פון דיין מח......
קושקע
פיין און וואויל, זאגסט פיינע זאכן, אבער האסט נאך אלס נישט געזאגט וואס מיר זאלן יעצט טאן. אויסער אז עטס זאלטס שטיין מיטן ביקס און שיסן און מיר זאלן אקעגן לויפן דעם ביקס און פרובירן צו געשאסן ווערן וואס מער.
ווילי_יונג
דרייניץ איך מיין אז קושקע פרעגט גאנץ גוט.
וואס פינקטליך קענען זיי יעצט טון??? זיי האבן שוין א פסק!
קושקע: איין זאך איז זיכער דא וואס איר קענט טון!
הערט אויף מיט די דברי בוז וקלון אויף ערליכע אידן.
שטעלט אפ אלע פלענער אויף ווייטער. יא! לייגט אראפ די געווער פשוט ווייל עס איז כנגד תורתינו הק'.
תוקן על ידי - קושקע - 08/03/2006 22:01:11