בית פורומים כל העולם כולו

אסיפת הסברה מצש"ק תצוה און ראדני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2006 04:06 לינק ישיר 

איך הער דא איין זאך, רבותי, אונז זעמיר אויף צרות!!!
ס'איז א אלטע אנגענומענע פאקט אז די זאליס וועלן גרייט זיין אויף שלום נאר אין די צייט ווען זיי וועלן זיין אין דער ערד, יעצט זעט מען אז ס'איז אמת! זיי הייבן אן צו פילן די טעם פון א פארלוסט, און די הויט האט זיך גענומען ברענען אויף זיי!
אבער ווי לעכערליך ס'הערט זיך, פונקט ווי יענער האט געזאגט "וואס דארף מען זיך קריגן, לאז זיין ווי איך זאג".
גאנץ אנהייב פון די מלחמה האט מען גערעדט פון מאכן אייניגע וואלן, יעדער האט מסכים געווען, נאר איין זאך האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן, ווער איז א מעמבער.
דאס איז די ערשטע און וויכטיגסטע קשיא, אן דעם איז נישטא קיין שום פארהאנדלונגען, בפרט די אופן וואס ער האט פארגעשלאגן. איז וואס האקט ער א טשייניק מיט וואלן? אדרבא, איך בין גרייט אויף וואלן, אבער נאר אהרונים זאלן קענען וואוטן...
מיין פארשלאג וואלט געווען, אז נאר ווער עס האט אליינס געלערנט אין איינס פון די צוויי ישיבות גדולות אין סאטמאר זאל קענען וואוטן. דאס מיין איך איז די מערסטע שכלדיגע פשרה, און ווער וועט געווינען?! איך ווייס אמת'דיג נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 04:26 לינק ישיר 

איינער קען מיר זאגען דעם נאמען פון בית דין אין פלעטבוש ווי מיר האבען טובע געווען זלמןענן?

פלעטבוש אין ראדני הערט זיך ערגער ווי באראפארק?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 04:40 לינק ישיר 

עס איז זייער זיס צו הערן ווי שאול פערלשטיין שרייט "אנשים אחים אנחנו",
וויל איך עם פרעגן, שאול, ווען זענען מיר געווארן ברודערס, הא?,
האט ראזענוואסער עפעס א שייכות צו דעם???,
יא, איך מיין דעם נידעריגן ריכטער, וואס האט זיך עפעס אריינגעמישט
אין דעם סכסוך בניגוד לפסקו של כבוד קדושת דער ראף שליט"א,
איי ווי זיס איז צו הערן ווי שאול פערלשטיין באטיטעלט דעם רבין שליט"א "דער רבן של ישראל"
זאג נאר שאול, (איך פרעג עם דא, ווייל לויט זיין דרשה ווייס איך אז ער ליינט היידפארק), 
ווען איז דער רבי געווארן דער "רבן של ישראל", ווען דו מיט דיינע חברים האבן עם געשאלטן
איז ער אויך געווען דער רבן של ישראל?, 
און איך וויל דיר דאנקן פון טיפן הארץ פארן פראבירן צו ראטעווען די נכסי הקהל פון רבי בערל 
פריעדמאן שליט"א, וואס איז אגב שוין א חבר הקהל 50 יאר (ווען דו האסט נאך נישט געהערט פון אזא 
באגריף וואס הייסט סאטמאר), און אזוי ווי דו ביסט שוין אין שוואונג פון ראטעווען די נכסי הקהל,
פליעז פראביר אויך צו ראטעווען דעם "גמ"ח דקהל יטב לב דסאטמאר" מיט אירע מיליון'ען דאלארן
וואס דער גנב יאנקל כהנא האט זיך דערקלערט דערויף בעל הבית, און פולט זיך אן די טאשן דערפון, דאס איז דאך די ריכטיגע נכסי הקהל, דאס איז CASH (מזומנים) מיט וואס מען קען לייכט באצאלען פאר די לויערס וואס מאנען נעבעך זייער געלט.
שאול זיסער, KEEP IT UP, געב נישט אויף, האלט נאך אפאר דרשות, דו הייבסט אונזער מאראל,
דיין דעביטערקייט גיט אונז גרויס חיזוק... 

דיין דרשה, דערמאנט מיך אין סאדאם כוסעין, וואס ווען דער אמעריקאנער סאלדאט האט עם געטראפן פארשטעקט אין א טיפן גרוב, מיאוס באוואקסן פיל מיט לאז, האט ער עם געפרעגט, ביסטו דאס "סאדאם כוסעין"?, האט ער עם פאראכטן און געזאגט, איך בין "פרעזידענט" סאדאם כוסעין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 05:17 לינק ישיר 

איך האב געמינט אז ר שאול פערלשטיין וועט טהון תשובה בפני כל עם ועדה , אין ער וועט מקיים זיין די מצוה פין והשיב את הגזילה אין צריקגעבען די פראפיט וואס ער האט געמאכט אוין די צוויא דירות אויף ראס סט. וואס ער האט פארקויפט , באשר די דירות האבען באלנגט ע"פ תורה וע"פ דינא דמלכותא פאר די מלמדים פין די ישיבה א שאד! פערלשטיין האט געהאט אזא א געלעגענהייט תשובה צי טהון ברבים אין ער האט עס פארפאסט........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 05:59 לינק ישיר 

ער פערלשטיין רעדט בכלל נישט צום דבר. ער דערמאנט בכלל נישט אז באותו זמן וואס ער האט פארלאנגט אז ר' אהרן זאל אינטערשרייבן, האט ער אויך פארלאנגט א גאנצע לאנדרי ליסט מיט קריאזע און פאריקעטע תנאים. איך האב דא דעם פאשעקוויל וואס ער האט ארום געשיקט פאר 2 א האלב יאר צוריק ווען רמ"מ טירנוער האט פרובירט צו פארמיטלען, שרייבט ער דארט די פאלגענדע תנאים, 1, אז איידער מ'הייבט אן די די"ת מוזן די אהרונים זיך אויפהערן צו רופן "קהל יטב לב" , טאקע יושר! נאך איידער מ'הייבט נאר אן די טענות זאלן די אהרונים שוין אויפגעבן די עצם דיון וואס מ'איז דן, 2, אז ריח"מ מוז זיין איינע פון די דיינים, איינער וואס האט זיי שוין געגעבן די געווינס איידער ער האט אפ' געהערט דעם אנדערן צד, אויך זייער יושרדיג! 3, די אהרונים מוזן גענצליך אויף געבן זייערע רעכטן אין קארט "אן קיין שום גאראנטי אז זיי גייען אמאל אונטער שרייבן שטרי ברירין", 4, ר"א און רז"ל זאלן אויך אונטערשרייבן די שטרי ברירין, 5, ר"א זאל ארום שפאצירן אויפן גאס מיט פעדשאמעס און א קאו-בוי העט אויפן קאפ, און שרייען בקול רעש גדול "זה חלפתי".
 
איך ווייס נישט וואס דער תליש רעדט פונעם כולל אין קרית יואל אז מ'האט עס געגנבעט פונען ציבור, די צודרייטער! האט מען דען געמאכט דערפון א האטעל אדער קאנדאס, ניין, סיז ווייטער א כולל ווי מ'זיצט אין האראוועט, נאר וואזשע דען שטאטס סיז נישט געווארן א סאסמאן כולל איז עס געבליבן א כולל פון "קהל יטב לב", ער אליין זאגט דאך א מינוט בעפאר אז ער האט גארנישט געטוישט אין וומ"ס, נו מר. פערלשטיין, וואס האמיר אונז געטוישט אין קרית יואל?
 
די גרעסטע תמיה איז, ווי אזוי קען ער אזוי בלעטנעלי מחולק זיין קעגן הקדוש ר' זלמן שתחי', ביי די פייגן טיש קוויצ'עט דער רב אז די אהרונים זענען נעאלאגן, און דער רבי ז"ל וואלט זיכער לוחם געווען קעגן זיי בכל כוחו, אין דא קומט ער מיט "אנשים אחים אנחנו", ער וויל פארהאנדלען, איז דאס נישט אן אפענע סתירה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 06:47 לינק ישיר 

די גרעסטע פראבלעם מיט די דרשה אז עס איז זייער לאנגווייליג און בארינג, נאך א מזל איך קען שלעפן דעם ווייזער אויף פאראויס, אנדערש ווייס איך נישט צו איך וואלט עס אויסגעהערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 18:06 לינק ישיר 

אוי וויי, מיין חבר דרייניץ, איז נעבעך גערירט געוארן, ער שרייבט אין חא"ס א לאנגס און א ברייטס, און פראבירט מיט געוואלד זיך אליין צו איבערצייגן אז דאס וואס אלע זאלונים שרייען אז דער שאול פערלשטיין האט זיי פארשטערט דעם יום טוב פורים, און דעם גאנצן "סטעי חינגא" געמאכט צונישט, וויל דער "נארישער" (SORRY) דרייניץ, זיך און זיינע קיעלעך אביסל בארוהיגן,

דרייניץ, קודם צוויי וויכטיגע יסודות וואס דו דארפסט דיר אריין נעמען אין קאפ,
1- ראזענוואסער שרייבט קלאר אין זיין פסק אז דער פערלשטיין, האט נישט קיין שום מאכט אין קהל יטב לב, ער קען שרייען און וויינען, אנטראגן שלום פלאנען, און ס'איז אזוי פיל ווערט ווי סאדאם כוסעין'ס שלום פלאנען וואס ער טראגט אן פאר פרעזידענט בוש.
2- דער דאזיגער שאול פערלשטיין, איז א שקרן וכזבן, און ווען דו ברענגסט אראפ וואס "שאול פערלשטיין האט אליין געזאגט" זע איך דיין צינישן שמייכל אויף דיר...

דער טיפש שאול האט זיך פארגעסן אפצושמיסן מיט זיין שותף לגניבה יאנקל כהנא, וואס ער איז יא מודה אז דער רבי האט טאקע יא אויף גענומען דעם קרית יואל'ער רב פאר רב הצעיר, נאר ער זאגט, אז דער רבי האט זיך געטוישט זיין מיינונג, בכלל איז אינטרעסאנט, אז יעדער האט געזען ווי דער רבי שליט"א האט אפגענומען מזל טוב פונעם ציבור לכבוד די נייע התמנות פון קרית יואל'ער רב, נאר שאול זאגט אז ס'קען נישט זיין ווייל... (משה גבאי און לעיזער קעסטענבוים האבן נישט מסכים געווען), , שאול, לייקענסטו אז מען האט געטרינקען לחיים ביים רבי'ן אין שטוב? און אויב איז דער לחיים גארנישט ווערט, נו, וואס איז דיין ראפס התמנות מער ווערט???.

זאג נאר שאול, פארוואס האט מען קיינמאל נישט געזען קיין שום חביבות פונעם רבין שליט"א צו דיין ראף, ער זיצט כסדר לעבן עם און דער רבי איגנארירט עם כסדר, און ווען דער קרית יואל''ער רב איז אריין געקומען צום רבין (ווען מען האט עם יא אריין געלאזט) האט דער רבי אויף געשפרינגען מיט אזא חביבות מיט א שמייכל וואס מען זעט קיינמאל נישט אויף עם, הא?, פארוואס ווען דער רבי פלעגט צו פארן קיין קווינס ישיבה צום דאווענען, האט ער פאר יעדן געזאגט אז ער איז יעדן טאג אין די קרית יואלער ישיבה, הא?,

גנב'ענען נכסי הציבור, מיינסטו אפשר אשר מיילעך מיט וויגדער?, אדער יאנקל כהנא מיטן גמ"ח, וועמען מיינסטו מיט גנב'ענען נכסי הציבור, דא זענען דא ראשי הקהלה וואס דער רבי שליט"א האט זיי פארטרויט די מוסדות, און זיי האבן במסירות נפש געבויט מוסדות, ישיבות, קעמפס, קומט זיך אן, א מונקאטשער בויטשיק, וואס האט נאך נישט צוגעלייגט א פינגער צו די מוסדות הקדושים, אדרבה, יארן לאנג האט ער גאר  געהאלפן צו צוברעכן די מוסדות, און דער שייגץ דערקלערט זיך בעל הבית אויף די מוסדות, און ער רעדט גאר פון "גנב'ענען נכסי הציבור",

דין תורה, יעדער ווייסט, אז די אהרונים שרייען כסדר אז זיי ווילן גיין צו דין תורה, און די זאלונים שרייען אז נאר די אייגענע דיינים (וואס האבן שוין געשריבן זייער מיינונג אן אויסהערן אונזער צד) וועלן פסקענען די דין תורה, שאול, געדענקסט אזא באגריף ווי "סמכות עליונה", דאס איז געווען ביים טאנצען צעווישן די טענה אז מען דארף בכלל נישט גיין צו דין תורה און צעווישן טענה'ען אז נאר די דיינים וועלן פסקענען די דין תורה, יעצט ווען די גאנצע וועלט האט אנגענומען אז איר זענט די מסרבים לדין, פראבירט עטץ מהפך צו זיין הקערה על פיה, און טענה, אז די אהרונים זענען די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, וואס מיינסטו שאול, כלל ישראל זענען קעלבלעך, (אז יא, וואלט דאך יעדער געווען א זאלוני), דער שוטה שאול, האט אפיר גענומען דעם יעלא פעידזשעס פון די רבנים, און ליינט פאר די נעמען, און שרייט אז די אלע רבנים האלטן אז ער איז גערעכט, והראי' "הערטס גיט צו" זיי האבן קיינמאל נישט געזאגט ברבים "אז נישט", א גאונישער כאפ, זאג נאר שאול, האבן די רבנים אמאל געזאגט ברבים אז די אהרונים זענען הולכי בערכאות, און אפשר איז דאס א ראי' אז מיר האבן א היתר און ס'איז מותר, הא?,

שאול, הפנים ביי דיר גילט נישט דער כלל "מילתא דעבודי לגלויי לא משקרי אינשי" ווייל פשוט דו ביסט נישט קיין בר נש, דו ביסט נישט בבחינת אנושי, וויאזוי האסטו געזאגט "הרוצה לשקר ירחיק עדותו", יעדער ווייסט, אז דער ראב"ד הרה"ג רבי משה שטערנבוך שליט"א ווי אויך די חברי הבית דין צדק רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א און רבי משה האלבערשטאם שליט"א זאגן כסדר אז מען דארף גיין צו דין תורה און אז די זאלונים זענען נישט גערעכט מיט דעם וואס זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה, קומט א שקרן וכזבן ווי שאול פערלשטיין, און זאגט ברבים אז זיי זאגן גאר אז די אהרונים זענען די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, און דער חצוף מחוצף שקרן וכזבן, האט נאך צו געלייגט עטלעכע נעמען פון אמעריקאנער רבנים, אז זיי זענען זיינע עדות אז זיי האבן יא געוואלט גיין צו דין תורה נאר די אהרונים האבן נישט געוואלט, שאול שקרן, רבי משה דוב שווייד שליט"א און רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א לעבן ב"ה, און יעדער קען זיי פרעגן (אזוי ווי איך האב געטוהן) און זיי זאגן פאר יעדן אז די זאלונים האבן קיינמאל נישט געוואלט גיין צו דין תורה, זיי האבן כסדר פארלאנגט משונה'דיגע תנאים, און די אהרונים זענען אלץ גרייט געווען צו גיין צו דין תורה אן קיין שום תנאים מוקדמים,

שאול, די נארישע אהרונים, זענען נאך אלץ גרייט צו גיין צו דין תורה בלי שום תנאים, און ווער דער בית דין וועט מחליט זיין אז ער דארף אינטערשרייבן שטרי בירורין וועט אונטער שרייבן, און וואס דער בית דין וועט מחליט זיין "סיי ווען" סיי לכתחילה בעפאר די טענות, סיי שפעטער אלץ וועט מען גרייט זיין צו הארכן, און אלע סכסוכים בלי שום יוצא מן הכלל קען מען ברענגען פארן בית דין, ויקוב הדין את ההר, און לאמיר זען קים די מיט אזא סטעיטמענט, זאל די וועלט זען "למי החותמת ולמי הפסולים", מיט שטיין און וויינען אויפן ארון הקודש אין ראדני וועט זיך דער מציאות נישט טוישן, יעדער קען דיך און יעדער ווייסט ווער עס זאגט אמת און ווער עס איז א שקרן וכזבן.

אגב, קומט דיר א דאנק פארן ארויף ברענגען דעם שקר וואס איר האט אויסגעטראכט דא אויף היידפארק אז דער קרית יואל'ער רב שליט"א האט אנגערופן איצא גליק, דאס האט היפש צוגעהאלפן איבערצוצייגן דיין אייגענעם עולם וואס א שקרן די ביסט, שאול דיינע ביטערע טרערן און דערביטערקייט ווי דו שרייבסט אז  
דעם פסק פון כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהילתינו שליט"א איז נישט גוט, דער פסק פון כ"ק הגה"צ ראב"ד דקהילתינו שליט"א איז נישט גוט, די פסק פון ביד"צ דקהילתינו איז נישט גוט, מיר ווערען באשריגען אלץ מסרבים לדין ווייל מיר פאלגען דעת קדשם, וועט דיר גארנישט העלפן, ווייל פשוט, דיין גאב"ד איז קיין גאב"ד נישט, דיין ראב"ד איז קיין ראב"ד נישט, און דיינע חברי הבית דין זענען קיין חברי הבית דין, סאמאר האט נישט קיין בית דין, קיינמאל נישט געהאט קיין בית דין, נישט קיין ראב"ד, און נישט קיין גאב"ד, דאס איז א פורים שפיל, און רוב רובם פונעם נארמאלן סאטמארן עולם האלט זיך נישט ביים שפילן מיט דיר, שאול, וועק זיך אויף, דו ביסט נישט סאטמאר און סאטמאר איז נישט מיט דיר, מונקאטש ווארט שוין קוים זאלסט צוריק גיין צו זיי, און ווייטער אינטער האלטן דעם עולם מיט קללות נמרצות אויף סאטמאר,

זייער זייער זיס, ווי ער ענדיגט מיט הצעות, שאול, דיינע הצעות זענען ווערט וויפיל סאדאם כוסעין'ס הצעות זענען ווערט, דו ביסט א גברא קטילא, דו ביסט פארטיג, פינישט, פיניטא, נאר וואס דען לפנים משורת הדין, זענען מיר נאך אלץ גרייט צו גיין צו דין תורה, און דארט ביים בית דין קענסטו פארלייגן אלע דיינע טענות, און זיי און נאר זיי וועלן מחליט זיין וואס עס איז א רעכטע טענה, און עס איז סתם שטותים, כחספא בעלמא,


תוקן על ידי - יענקעלע11 - 13/03/2006 18:09:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 19:18 לינק ישיר 

יענקעלע, וואס זאגסטו צו דעם אז ער פארלאנגט מ'זאל איהם געבן קרית יואל און בארא פארק?

ער זאגט דאך נישט וואס זיין תביעה איז אויף קרית יואל, איבערהויפט "ועד הקרי'" איז א פריוואטע קאמפעני.

איך האלט מ'זאל אויך אריינעמען אין די"ת אלע הייזער, ביזנעסעס, קארס, אלע פארמעגנס פון אלע סאטמארע מעמבערס אויף די גאנצע וועלט, און צוטיילן גלייך אויף גלייך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 19:18 לינק ישיר 

יענקעלע A-1 

ציקער זיס און צי דער זאך

ויסכר פי דוברי שקר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 22:22 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יעדער וויל וויסן וואס איז געווארן מיט

* וועד הקריה

* בניני המתיבתא דקרית יואל

* בית המדרש הגדול דקרית יואל (ווייסע שול)

* בניני הכולל

* ביתו נאוה קודש של רבינו שליט"א בקרית יואל


שאולי האסט ציגעזאגט אז די וועסט זאגן.

לאז איז נישט ווארטן...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אסיפת הסברה מצש"ק תצוה און ראדני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext