א ענטפער פאר דרייניץ, "וואס זאגט מען פאר די קינדער"
דרייניץ האט אין חא"ס, געפענט א אשכול, מיט א פראגע וויאזוי און וואס מען ענטפערט פאר די קינדער בנוגע די מחלוקה, איז אזוי ווי איך רעספעקט זייער מיין ידיד רבי דרייניץ שליט"א, וועל איך עם געבן מיינע צוויי סענדס...*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
דרייניץ זיסער, דער בעסטער ליגענט איז דער אמת, פראביר עס אויס, ס'ארבייט זייער גיט, מיין יונגל איז אהיים געקומען פון חדר, און זייענדיג דעם טאטענס א זוהן, איז ער בטבע א חקרן, ער וויל וויסן דעם אמת, און ביי עם איז נישט שייך פארהוילן ווייל ער איז קע"ה זייער שארף, מען קען עם נישט פארקויפן קיין באבקעס, על כן האב איך מחליט געווען עם אלעס פונקטליך דערציילן, איין מוצאי שבת, זאג איך עם, יוסעלע קים אהער איך וויל מיט דיר כאפן א שמועס, און עם אנגעהויבן פונקטליך דערציילט די היסטאריע פון סאטמאר, מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו, (ניין, JUST KIDDING).
איך האב אנגעהויבן אזוי, מיר סאטמארע אידן, זענען די לאקיעסטע חסידים, מיר האבן געהאט די זכי' צו האבן פאר א רבין דעם גרעסטן צדיק בדורינו, רבינו יואל בן חנני' יום טוב ליפא זכתו יגן עלינו, דער רבי זי"ע איז געווען א קדוש וטהור, ממש א מלאך אלקים, דער רבי מיט זיין קדושה איז געווען דער רבן של כל בני הגולה, און נאר בזכותו איז געבליבן דאס אידישקייט אויף דער וועלט, ליידער ליידער בעוון הדור האט דער רבי פארלוירן זיינע דריי טעכטער בחייו, און נישט געהאט קיין זוהן וואס זאל זיין א ממשיך דרכו, אבער ביי אונז חסידים איז דאס נישט געווען קיין פראבלעם, ווייל מיר זענען זיכער געווען אז דער רבי וועט אונז אלע פורן אקעגן משיח צדקינו, במילא איז נישט וויכטיג געווען מיר זאלן דארפן א ממשיך דרכו, און קיינער האט בחיים חיותו נישט געטראכט פון דעם.
אבער ליידער איין זונטיג אידערפרי, ביום כוא"ב כ"ו לחודש אב שנת תשל"ט, איז אנגעקומען א בשורה לא טובה, אז נצחו אראלים את המצוקים, און אונזער באליבטער רבי, אונזער באליבטער טאטע, אונזער באליבטער מנהיג איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים, יוסעלע, וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן געמיינט אז די וועלט איז געקומען צו א עק, דאס חשכות האט ארום גענומען די גאנצע וועלט, מענטשן האבן זיך ארום געדרייט פארצווייפעלט, נישט געוויסט וואס טוט מען ווייטער, מי ינחינו, ומי ינהלינו, ווער וועט אונז ווייטער פורן, ס'איז געווען זייער זייער ביטער.
אבער חז"ל האבן אונז דאך שוין געזאגט, אין המלכות נוגעת בחברתה, און דער באשעפער דער קל רחום וחנון פארלאזט נישט כלל ישראל, "ובא השמש - וזרח השמש, עד שלא תשקע שמשו של זה כבר זורחת שמשו של זה" און דער בורא כל עולמים ברוב רחמיו וחסדיו, האט אונז צוגעשיקט א ממלא מקום, א צדיק קדוש וטהור, כבוד קדושת רבינו שליט"א, א פרי עץ הדר ממשפחת התמרים, א זוהן פון הייליגן עצי חיים זי"ע ולמעלה בקודש, איינער וואס האט זיך געווייקט ביי זיין פעטער זי"ע, און חסידי ותלמידי רבינו זי"ע האבן מחליט געווען זיך אינטערווארפן, בצל כנפיו הטהורים, און מען האט מקבל מרות געווען פון אונזער רבין שליט"א, און מען האט ברוב פאר והדר מכתיר געוען דעם רבין שליט"א אלץ ממלא מקומו פון להבבחל"ח רבינו זי"ע.
ויבא השטן בתוכם, דער שטן איז געווארן זייער פארקלעמט, ער האט געמיינט אז אט אט ווערט ער פטור פון דעם שיינעם חסידות, דא האט ער שוין געהאט אביסל אפגעאטעמט, שבת שקלים תשכ"ח, דאס איז ווען דער רבי זי"ע איז ל"ע קראנק געווארן מיט א סטראק, כלל ישראל האט דאן מרבה געווען בתפלה ובתחנונים, מען האט איינגעריסן וועלטן, און ברוב חסדי השם איז ב"ה געווארן ביים רבין א שינוי לטובה, און דער רבי איז ווייטער געבליבן בתוכינו, אבער ליידער , אן קיין שלש סעודות תורות, אן קיין שובבי"ם תורות, אן קיין דרשות, ס'איז טאקע געווען א געוואלדיגע התחזקות פאר די חסידים, אז מיר האבן נאך דעם רבי'ן שליט"א מיט אונז, מען איז צו עם ווייטער געגאנגען מיט קוויטלעך צו געזעגענען, מען האט נאך אביסל געהערט זיינע תפילות, אבער די פייערדיגע דרשות האבן זיך ליידער גענדיגט, און דער שטן האט געשעפט נחת, און יעצט פלוצלינג מיטן אויף נעמען דעם נייעם סאטמאר'ן רבי'ן, האט אויף געשיינט דו זון, דא קומט א נייער סאטמארער רבי, און האלט פלאם פייערדיקע דרשות, ער ווערט א גודר גדר ועומד בפרץ, ער ווערט א מנהיג ישראל, און דאס איז נישט געווען לרוחו פונעם שטן. האט ער אנגעהויבן מיט זיין אלטן טריק, מען וועט מאכן א מחלוקה, אזוי ווי די מחלוקת קורח וכל עדתו, און מען וועט פרובירן צו צוברעכן דאס סאטמארע חסידות, איי וויאזוי טיט מען דאס, מיט וואס קען מען באקעמפן דעם נייעם סאטמארען רבין, ער איז דאך א מפורסם בתורה ובחכמה, ער איז דאך א צדיק גמור, נו, וואס טיט מען, האט ער זיך געכאפט אז ער האט זוהן רבי אהרן, וואס כאטשיג דער רבי אהרן איז א גאון עולם א געוואלדיגער בעל צדקה וחסד, א מתמיד עצום, נו, וואס זאגט מען אויף עם, מען וועט זאגן אז זיין ווייב איז א ציוניסקע,זי איז די טאכטער פון וויזניצן רבין פון ארץ ישראל, וואס איז א חבר אין מועצת גדולי התורה פון די אגודה, במילא איז זיין טאכטער א ציוניסט, במילא איז רבי אהרן פסול, און אזוי האט מען אנגעהויבן צו פארפירן א קעגן דעם רבי'ן שליט"א, יוסעלע מיין קינד, וואס זאל איך דיר זאגן, דער רבי האט אנגעהויבן צו ליידן ביטערע רדיפות פון די מחרחרי ריב בלבוש החסידות, זיי האבן עם אנגעהויבן צו געבן אסאך עגמת נפש ושברי לב, זיי האבן עם נאך געשריגן איף די גאס מיט אלע לשונות של גנאי, זיי האבן עם מבאיש ריח געווען ווי נאר זיי האבן געקענט, אלץ מיטן אויסרייד אז זיי נעמען זיך אן פאר די שיטה,
זעלבסטפארשטענדלעך, אז עס האט זיך אנגעהויבן א קאנטער קריג, דער רבי שליט"א איז זיי נישט געבליבן שולדיג, ער האט מקיים דעם אל תירא ואל תחת, ער האט זיי צוריק געגעבן א מנה אחת אפיים, און דאס האט גורם געווען אז די חסידי רבינו וואס האבן צוגעקיקט דעם צער וואס רבינו שליט"א האט פון די גאנצע פרשה, האבן זיך אנגענומען פאר עם, זיי האבן זיך אנגענוומען פארןזיין כבוד, און ווי געטרייע חסידים זענען זיי געשטאנען על המשמר און ווער עס האט געהאט די חוצפה צו טשעפען מיטן רבין האט באלד צוריק געכאפט מיט פראצענט, כאטשיג די גאנצע זאך איז געווען למורת רוחו פונעם רב שליט"א, אבער ער האט געוויסט אז די גאנצע זאך וואס דער רבי ליידט איז פשוט רשעות, פשוט קנאה שנאה, פשוט מעשי שטן, זיי לייגן דאס נאר אן אויף עם, איז דאס געווען זייער נישט צום הארצן, אבער ווי א געטריי קינד וואס קען נישט צו קיקן ווי דער טאטע ליידט, איז ער צו געשטאנען צו די מערכה, דער גבאי פונעם רבין האט געגעבן די ארדערס און קינד און קייט האבן בלינדערהייט געפאלגט, למעשה איז די דאזיגע צייט געווען די פינסטערסטע צייט וואס סאטמאר האט סיי ווען געהאט, אמת דער רבי זי"ע האט אויך געליטן פון די אזוי גערופענע מחוצפים, ער האט אסאך עגמת נפש געהאט פון די אזוי גערופענע פרומע מחוצפים, אזוי ווייט אז ביי די באקאנטע נשא תורה ווען דער רבי איז ארויס געקומען ווי א גענעראל און האט לוחם געווען אקעגן די טומאת הציונים, נאך די מלחמת ששת הימים, האט ער דאן זייער שארף אראפ געריסן דא אזוי גערופענע נטורי קרתא, ער האט זיי צוזאמען געשטעלט אין איין קאטאגאריע מיט די רשעי הציונים, ווי אויך ביי די פרשה פטון UN, האבן די זעלבע מחוצפים נישט געפאלגט דעם רבין זי"ע, ווען זיי זענען געגאנגען פראטעסטירן צום UN נגד רצונו, און ער האט געהייסן די אלע משתתפי הפראטעסט מען זאל זיי ארויס צו ווארפן פון זיין בית המדרש און פון זיינע מוסדות, יא, סאטמאר האט אלץ געליטן פון די פרומע מחוצפים,
אבער דער רבי זי"ע איז דאך געווען דער מלאך אלקים, דער גברא דמסתפינא מיני, מען האט ווי נישט געציטערט פאר עם, האט ער זיך געקענט א עצה געבן מיט זיי, אבער לאחר פטירתו, ווען דער רבי שליט"א האט איבער גענומען די מלוכה האבן זיך די אלע שונאי סאטמאר צוזאמען גענומען, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, זיי האבן געהאפט אז יעצט וועלן זיי קענען צוברעכן דאס גרעסטע חסידות אויף דער וועלט, האבן זיי זיך גענומען אויף די ביינער פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, און סאטמאר בכלל און קרית יואל בפרט איז געווארן א שלאכט פעלד, מען האט זיך געשלאגן, נאכגעשריגן איינער דעם צווייטן, צובראכן פענסטערס ביי אידן, נאכגעשריגן דעם רבין אויף די גאס, געגאנגען אויף די טעלעוויזשאן באשמיצן דעם רבין, וכו' וכו', בקיצור ס'איז געווען א שווארץ קאפיטל אין די סאטמארע געשיכטע.
אנגעפירט מיט דעם דאזיגן מלחמה איז געווען איינער מיטן נאמען משה פריעדמאן, וואס האט געטראגן דעם טיטול "דער גבאי פונעם רבי'ן שליט"א", דער דאזיגער משה פריעדמאן האט זיך יענע יארן געקרוינט אלץ דער דער פאקטישער בעל הבית אין סאטמאר, נישט דער רבי שליט"א, נישט רבי אהרן שליט"א, ניין, נישט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה, נישט ר' סענדער דייטש ע"ה, ניין, דער פאקטישער בעל הבית אין סאטמאר די יארן איז געווען נישט קיין אנדערער ווי דער דאזיגער ארכי טעראראיסט, משה גבאי, על פיו יצאו ועל פיו יבואו, טאמער האט עמעצער גרינג געשעצט זיינע באפעלן איז געווען אחת דתו, וויפיל דער רב שליט"א האט זיך געבעטן ביים רבין זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די עזות פנים'ער, האט זיך משה גבאי אריין געמישט און מיט אפ-נארמאלע קולות געשריגן אז מען דארף זיי לערנען דרך ארץ, מען טאר זיך נישט לאזן פון זיי, און דער רבי האט ווייטער געפירט די מחלוקה אויף משה גבאי'ס דרכים, און טייערער יוסעלע, די רעסט איז היסטארי, דער רבי שליט"א האט געפליקט פון איין זייט, און די שונאי סאטמאר האבן צוריק געפליקט, און דער רב שליט"א ווי א געטריי קינד, האט פראבירט זיך אנעמען פאר זיין טאטן שליט"א וויפיל ער האט נאר געקענט, כאטש די מחלוקת איז געווען למורת רוחו.
וויפיל דער רב שליט"א האט זיך געבעטן ביי משה גבאי, אז לא זו הדרך, האט ער עם צוריק געשריגן, אז אויב גייסטו נישט מיט מיר, זאג איך דיר צו אז דו וועסט פליען, איך וועל מאכן פון דיר א רויזעלע, (ווי באקאנט איז דעם רבין'ס טאכטער די סעמיאלער רעבעצין ע"ה, וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן פון די אנשי בליעל וואס האבן זיך געדרייט ביי איר טאטע, דער רבי זי"ע, האט זי דריבער געליטן געפערליכע רדיפות, וואס דאס האט איר ליידער מקצר ימים געווען כידוע), דער רב שליט"א האט געשלינגען, און ווייטער געפאלגט זיין טאטע'נס (משה גבאי'ס) באפעלן, ס'איז געווען משה (גבאי) ידבר, וכל בית סאטמאר יעננו בקול, יעדער פון קליין ביז גרויס האט מורא געהאט פאר דעם שד בצורת אדם,
ביז בערך תשנ"ד, ווען דעם רבינס מצב האט ליידער בעוה"ר אנגעהויבן אינטער צו הינקען, און ער האט אנגעהויבן צו פארגעסן, דאן איז דער גבאי נאך מער מאכטיג געווארן, ער איז דאן געווארן, אויסער בעל הבית, איז ער געווארן דער פאקטישער רבי, ער האט אנגעהויבן צו שרייבן בריעוון אינעם רבינ'ס נאמען, שרייבן פאלשע צוואות אינעם רבינס נאמען, פאלשע טעלעפאן קאלס אינעם רבינס נאמען, וויסענדיג אז דער רבי וועט דאס נישט פייטן און נישט לייקענען, ווייל זיין זכרון ארבייט שוין ליידער נישט, מען האט דאן געקענט איינרעדן פארן רבין אלע מיני באבקעס, און דעם רבינס כבוד איז דאן נשפל געוארן עד שאול תחתי', דער רב צוזעהנדיג אז כבוד סאטמאר בכלל און כבוד רבינו בפרט, זינקט איין טאג טעגלעך, האט אראפ געלייגט א פיס און געזאגט פאר משה גבאי, עד כאן, איך בין מער נישט גרייט דיר נאך צו טאנצן בלינדערהייט, ויקצוף משה מאוד וחמתו בערה בו, דער משה האט זיך דאן געשוואוירן אז ער וועט נישט איינרוהן ביז ער וועט פטור ווערן פונעם רב,
בלילה ההוא נדדה שנת משה גבאי, אונזער משה'עלע, האט נישט געקענט שלאפן, פון גרויס צארן, וויסענדיג אז פטור ווערן פונעם רב וועט עם זיין זייער שווער, ער האט געוויסט אז דער רב איז נערץ ביי רובם ככולם חסידי ותלמידי רבינו שליט"א, איז ער ארויף געקומען אויף א פונסטערן פלאן, ער האט ארובער גערופן צו זיך דעם רבינס צוויי אנדערע זוהן, די צוויי וואס ער האט געוויסט אז זיי טראגן זיך ארום מיט א קנאה שנאה צום רב שליט"א, וויסענדיג דאס חביבות בלי מצרים וואס דער רבי האט צו זיין עלסטן זוהן, און וויסענדיג אז דער רבי שליט"א האט שוין כמה פעמים מודיע געווען רצונו הקדוש אז דער רב שליט'א זאל זיין יורשו וממשיך דרכו, איז דער שד משה גבאי אויפגעקומען מיט א בייפאל, ער וועט אנטראגן פאר זלמן לייב אז ער וועט "עם" מאכן דעם ממלא מקום פון רבין, און אזוי וועט ליפא'לע אויך זיין פרטעקטעט, אומר ועושה, ער זאגט זיין פלאן פאר די צוויי בני רבינו, לכתחילה האט זלמן לייב געזאגט אז ס'איז אומעגלעך, ער קען נישט קאמפיטן מיט ר' אהרן, צו זיין א סאטמארער רב דארף מען קענען לערנען, און ער קומט נישט צו אין לערנען לקרסולי רגליו פון זיין ברודער רבי אהרן, הער מיך אויס זלמן לייב, האט משה כדרכו צוריק געשריגן, אויב פעלט אויס, וועל איך דיך מאכן פאר א תלמוד חכם, דו דארפסט נאר מיט שפילן, אויפן רבין וועל איך קער נעמען, ער ווייסט דאך נישט בין ימינו לשמאלו, די נארישע קעלבערישע חסידים וועלן מיר תיכף האבן, און די לעפקעלעך מיט די יאקאבאוויטש'לעך, וועלן מיר אויך ביז אפאר חדשים האבן אויף אונזער זייט, זלמן לייב מיט ליפא האבן צוגעשאקעל מיט הסכמה, און משה גיט א צינישן שמייכל, פארמאכענדיג די אויגן חלום'ט ער שוין ווי ר' אהרן פליט פון קרית יואל...
פון יענעם טאג אן האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישער העצערישער קלימאט בבית רבינו, משה גבאי מיט זיינע יונגעלעך האבן אנגעהויבן צו העצן דעם רבי'ן שליט"א מיט שקרים וכזבים, זיי האב אנגעהויבן צוזאמען נעמען אלע שונאי רבינו אינטער איין דאך וואס זענען אלע געקומען צולויפן, זיך ארויף כאפן אויף די געלעגנהייט צוריק אריין קומען אונעם כלל סאטמאר, נאכדעם וואס זיי זענען געווען אויסגעשפיגן פון כלל ישראל פאר יארן לאנג, זיי האבן נעבעך נישט געקענט טוהן קיין נארמאלע שידוכים, האבן זיי אלע מסכים געווען זיך צוזאמען שטעלן מיט דעם עוכר ישראל משה גבאי, איי דער פארפיינטער סיגוטער, נא, ער איז שוין נישט ביי זיך, ער ווייסט שוין ממילא נישט וואס עס טיט זיך מיט עם, וועלן מיר ווייטער קענען העצן און שימפן אקעגן בנו יקירו זיין ממשיך דרכו דער קרית יואלער רב, אזוי וועלן מיר האבן ביידע וועלטן, מיר וועלן צוריק זיין "סאטמאר", און ווייטער קענען העצן אויף די טייטעלבוים'ס, און אזוי איז געווארן דער שידוך צעווישן די בני יואל די יוסל וואלדמאן'ס מיט זלמן לייב טייטלבוים.
יוסעלע זיסער, האסט דאך געלערנט ווי עס שטייט אין פסוק, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, דער משה גבאי האט געמאכט דעם חשבון אן די ריכטיגע בעלי בתים, אן די ריכטיגע תלמידי וחסידי רבינו, יא, די לעפקעלעך און יאקאבאוויטש'לעך, מיט די וואלדמאן'ס האט ער שנעל דערווישט, אבער נישט די ערליכע חסידי רבינו, דער עולם האט זיך שנעל ערוועקט, און געזען אז אויב מיינט מען דעם כבוד סאטמאר, אויב מיינט מען באמת דעם כבוד פונעם רבין שליט"א, דאן איז די איינציגע מיטל זיך אפצולאזן פון די אנשי רשע, און זיך מתדבק זיין מיטן רב שליט"א, און מיט דעם טין דעם רצון פונעם רבין שליט"א, און אזוי ווייטער הייבן דעם כבוד פון סאטמאר,
יוסעלע, קיק דיך אים מי ומי ההולכים, ווער באלאנגט צו רבי אהרן, און ווער עס פארט מיט זלמן לייב, רובם ככולם ערליכע תלמידי וחסידי סאטמאר, די וועלעכע זענען אן קיין שום חכמות, און אן קיין שום אינטערעסן, מיט געגאנגען מיט רבינו שליט"א ווען ער איז אויף גענומען געווארן אלץ ממשיך דרכו פונעם רבין זי"ע, די אלע זענען היינט צו טאג די חסידים פונעם רב שליט"א, זענען זיך מתחמם לאורו, גייען צו זיינע שובבי"ם תורות, הערן זיך צו זיינע דרשות, זענען שותים בצמא את דבריו, ווידער ווער באלאנגט צו זלמן לייב, ע"פ רוב, די איינגעשטעלטע אינטערגעקויפטע וואס קריגן א וועכענטליכע טשעק פון זיי, אדער אויסגעשפראכענע שונאים פונעם רבין שליט"א, די וואס האבן עם שופך דם געווען, און מצער געווען אויף טריט און שריט, אדער עטליכע וואס האבן געהאט סיי וואס א סכסוך מיטן רב ווען ער האט געדינט אלץ מנהל הישיבה, נאר די דאזיגע פערשוינען זענען היינט מיט זלמן לייב,
און יוסעלע, קיק דיך אים, וואס פארקויפט דער רב שליט"א, תורה, עבודה, גמילות חסדים, הער זיך צו זיינע דרשות וועסטו הערן נאר, לימוד התורה, ערליכקייט, זהירות במצוות, זהירות בין אדם לחבירו, וכו', און וואס הערסטו פון זלמן לייב, (ווען ער רעדט יא), "איך בין מרא דאתרא", "איך וועל מיך נישט לאזן פון זיי, "בערל פריעדמאן איז א שייגץ", "מען טאר נישט ליינען דעם טריפנעם בלאט", וכו' וכו', קיין שום שטיקל הדרכה, קיין שום שטיקל תורה, (נו, אז מען קען נישט וויאזוי קען מען זאגן), עס איז דורך געגאנגען גאנץ חודש אלול, גאנץ חודש תשרי, גאנץ חנוכה, קיין איין שטיקל תורה האט מען פון עם נישט געהערט, דעם בית יוסף'ס קשיא איז עם לגמרי נישט שווער געווען, עס איז עם נאר שווער "ראזענוואסערס" פסק, און דאס פרובירט ער צו ענטפערן,
יוסעלע, מיין טייער קינד, מען האט אמאל געפרעגט דעם רבין זי"ע, אויף וועם ער לאזט איבער זיינע חסידים, אויף וועם ער לאזט זיינע תלמידים, מי ינהלם ומי ינחם, ווער וועט זיי זאגן את הדרך אשר ילכו בו, ווער וועט זיין זיין ממשיך דרכו, האט דער רבי גענטפערט, אז ס'איז דא א הבטחה פון רבונו של עולם, אז לא ימושו מפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר ה' מעתה ועד עולם, כלל ישראל האט א גיטן חוש הריח, זיי וועלן וויסן מיט וועם צו גיין און צו וועמען צו זיין דבוק, יוסעלע, רוח הקודש הופיע בבית מדרשו, היינט זעט מען דאס באשיינפערלעך, אן קיין פראפעגאנדע, אן קיין ווינט, סתם אזוי צוביסלעך האט זיך די זאך א דריי געטוהן, און רבי אהרן שליט"א, איז היינט דע פאקטו סאטמארער רבי, די גאנצע וועלט ווייסט אויב וויל מען עפעס פון סאטמאר איז די אדרעסע ביי קרית יואלער רב, די חברי הבית דין צדק שבירושלים, ווען זיי ווילן הערן א חוות דעת פון א רב א מנהיג שבגולה, רופן זיי אן דעם קרית יואל'ער רב, און מיט דעם זענען זיי ממלא רצון צדיק,
היינט איז דא צוויי טשויסעס, אדער קען מען זיין א סאטמארער חסיד און צו באלאנגען צום לאגער וואס איז אדוק אין רבי אהרן שליט"א, אדער קען מען זיין א זאלוני, און שעלטן רבי אהרן אגאנצן טאג, ווייל קיין זלמן לייב חסיד האב איך נאך נישט געטראפן, ווייל עס עקזעסטירט נישט אזא באגריף,
דרייניץ, טייערער, דאס איז וואס איך האב גענטפערט פאר מיין קינד, און ווינדער איבער ווינדער, ער האט זייער גיט פארשטאנען,
 |
|
|