די שונאים פינ'ם באבובער רבי'ן זצ"ל האבן מצליח געווען
שומו שמים!! די גאנצע חסידישע וועלט און אלע רבנים אין אדמורי"ם אין ערליכע יידן זענען אויפגעשוידערט און דערציטערט געווארן הערנדיג פין די נידעריגע מעשה נבלה אין מיאוסע "מסירה וואס די שונאים פינ'ם באבובער רבי'ן זצ"ל האבן אריינגעגעבן צו די שטאטישע אפיסעס אין דורך דעם פארשלאסן די גרויסע זאל "איסטערן פלאזא" וואס דארט וואלט היינט נאכט געדארפט פארקומען די יומא דהילולא פין די באבובער רבי'ן זצ"ל מיט די השתתפות פין די טויזענטער באבובער חסידים מיט די פולע ידידים אין גיטע פריינט בראשם די הונדערטער רבנים אין אדמורי"ם וואס זענען געווען איינגעלאדנט צו דעם גרויסן מעמד "זכרון צדיק".
ערב שבת קודש בשעת ווען צענדליגע עסקנים שטייען און לייגן אריין די לעצטע כוחות כדי צוצוגרייטן דעם ריזן זאל פאר די יעצטיגע מוצאי שבת די ערשטע גרויסע הילולא פין די באבובער רבין ז"ל האבן זיך אהנגערוקט א סטעף פין צווישן 25 און 30 אינספעקטער'ס וואס מ'האט זיי אהנגעקאלט אין אריבער גערופן צו קומען צושטערן די הייליגע גרויסע מעמד.
די אינספעקטער'ס זענען געקומען פין די פייערדעפארטמענט, בילדינג דעפארטמענט אוף ברוקלין, אין פין ניו יארק סטעט. עמערדזענסי ברוקלין דעפארטמענט, עמערדזענסי ניו יארק דעפארטמענט, ניו יארק סטעיט פייער מארשאל, ברוקלין פייער מארשאל, האום דעפארטמענט, און אזוי ווייטער פיל מיט אינספעקטער'ס וואס די רשעים און מוסרים שונאי האדמו"ר מבאבוב זצ"ל האבן אריינגערופן מיטן וויסן אז מיט אזויפיל אינספעקטער'ס איז נישט מעגליך אז די חסידים זאלן בייקומען א "פערמיט" אין מיט דעם טוהן זיי פארמאכן די זאל אין צושטערן די גרויסע ערשטע הילולא אין מאכן שאדן פין זעהר שווערע געלטער אין לאנגע ארבעט וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט אין דאס פלאץ.
די פעילות פין די שונאים האט זיך שוין אנגעהויבן אנהייב וואך ווי די אינספעקטער'ס האבן אליין דערציילט אז מ'רופט זיי שוין א גאנצן וואך אין די שטאטישע אינספעקטער'ס פין 311 ליין האבן געוויזן פאר אונזערע עסקנים די פאפירן מיט די הונדערטער קאל'ס וואס די מוסרים פין אנשי 48 מיט זייערע ראשי המוסדות האבן אריינגערופן טאראראזירן אין אנשרעקן.
און אפילו ווען אונזערע זענען געווען ביים קאמיושענער אין אפיס אין זיך שוין א דורך געקומען מיט עם נאכדעם וואס די מעיאר האט זיך אריינגעמישט האט דער קאמיושענער נאך אלס בייקומען פילע טעלעפאן קאל'ס אז ער זאל זיך נישט דערוואגן "זיי" עס צו אוועקגעבן אדער אינטערשרייבן די פערמיט אין דער קאמיושענער אליינס האט געוויזן די עסקנים זאגנדיג "קוקסט ווער צו קלינגט מיר אין וויפיל מען רופט -איך קען נישט אינטערשרייבן".
די עסקנים האבן פארן זמן מיט טרערן אין די אויגן פארציילט די עולם פין די לעצטע מסירה אין מיט א ביטערקייט מודיע געווען אז מ'וועט בלית ברירה נישט קענען דארט מאכן די גרויסע סעודת ההילולא הראשונה פין כ"ק רבינו זצ"ל.
די סעודת הילולא קומט יעצט פאר אינ'ם בנין בית יעקב אויף 15 עווניו אין 45 סטריט וואס ווערט יעצט אין די מיניטן שנעל צוגערישט פאר די ציבור האלפים וואס וועלן קומען זיך באטייליגן מיט'ן מעמד זכרון צדיק אין מיט'ן יערליכן דינר לכבוד די באבובע מוסדות
די ראשי המוסדות און פין די גרויסע עסקנים פין צד ר' בנציון וואס האבן פלאנירט די רשעות'דיגע אקט זענען באקאנט פאר אונזערע עסקנים.
אזוי אויכעט האט די פאליציי איבערגעגעבן די נעמען פין די צוויי ראשי המוסדות וואס זענען געזיצן ביי זיי אין אפיס אין אהנגעדרייט די מיאוסע אקציע.
אזוי אויכעט האט שוין די 311 דעפארטמענט איבערגעגעבן די טלפון רעקארד פין די הונדערטער טעלפאנען וואס די אנשי 48 האבן אריינגערופן דעם לעצטן פרייטיג צו מסר'ן אויף די זאל.
אבער נישט דא איז די מקום צו שרייבן זייערע נעמען אבער בעזר השם וועט מען די אלע ראיות אין אויפווייזונגען אריינברענגען אין בי"ד וואס זיצט יעצט בענייני באבוב.
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 12/03/2006 3:18:48
 |
|
|