| נשלח ב-12/3/2006 20:55 |
|
| |
ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?
איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA מיין אלטע קעמערע איז געגאנבעט געווארן, איך האב געהאט ביז היינט א CANON S500 איך בין געווען ציפרידן מיט דעים אבער נישט אלץ האט עס געמאכט קלארע פיקטשערס,עס האט געהאט 5 MEGA PIXAL
ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2007 23:29 |
|
| |
און וואס זאגען די מבינים אויף די A710 IS אדער די נייע A570 IS
לוינט זיך צו פארקוקען די נייע טשיפ Digic 3 פאר 6X zoom
שמעק, כל כבוד די וועסט מחיה זיין דעם עולם דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2007 20:29 |
|
| |
שמעק איך האב דיר אנגעפרעגט עפעס (נישט דא) בנוגע קאמערעס און דערווייל נאכנישט ערהאלטן קיין ענטפער.
ביטע לאז דיך הערן ווען דו האסט א טשענס. אדאנק.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2007 19:18 |
|
| |
גראדע אין די ISO הינזיכט איז CANON אביסל צוריקגעשטאנען. העכער 800 ISO, און אסאך מאל אפילו ביי 400 ISO, ווערן די בילדער זייער NOISY, אדער GRAINY ווי אנדערע רופן דאס. און זייערע פילטערס בלאקן דאס נישט אזוי גוט ווי אנדערע. למשל FUJI מאכט א בעסערע דזשאב אין דעם. ווער רעדט נאך פון 1600 אדער העכער.
ממש א שאד אז זיי האבן אפגעלאזט די IS.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/3/2007 08:03 |
|
| |
די מעלה פין CANON איז זיי מאכען נישט קיין איין שלעכטען מאדעל אין זייער גאנצען פראדוקט ליין, דאס מיינט אז איר ברויכט בלויז אריין גיין אין געשעפט מיט א בודזשעט אין זיך אויסקלייבען א מאדעל.
די קאלירען פין די CANON קאנסומער מאדלען זענען ממש צו באווינדערן ווי ענדלעך זיי זענען צום לעבעדיגען קאליר.
פארשטייט זיך דאס אלעס איז נאר גיט אז איר דעוועלאפט די בילדער ביי די ריכטיגע געשעפט.....
אויף די אינטערנעט רעקאמענד איך שטארק שאטערפליי אדער קאדעק גאלערי
לאקאל אימעל איך מיינע בילדער צו Sunrise Photo, איך האב פראבירט כמעט אלע געשעפטען אין זיי שטייגען אלע איבער מיט די קוואלעטי, זיי האבען געשעפטען אין ווילי, ב"פ, מאנסי אין מאנרו.
אגב איז CANON ארויסגעקימען מיט אפאר נייע מאדלען
כאפט א בליק http://www.usa.canon.com/consumer/controller?act=ProductCatIndexAct&fcategoryid=113
דערווייל רעקאמענד איך נישט די נייע מאדלען פאר די וואס ווילען דאס ניצען בעיקר INDOOR ווייל קיין איינס קומט נישט מיט די IS סטאביליזעשאן, אויף דערווייל ווארט איך אויף די פראפעשינאל REVIEWS, עס קען זיין זיי האבען ארויסגענימען די IS צוליב די פארהעכרטע ISO וואס מיינט אז מען אנשטעלען דעם קאמערא צו זיין מען סענסעטיוו צו ליכטיקייט, אבער דאס אלעס איז נאר גיט אויב דאס אפעקט נישט די קוואלעטי פינעם בילד.
תוקן על ידי איןבעיה ב- 25/03/2007 8:19:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/3/2007 06:26 |
|
| |
שכוייח שמעק פארן אויפברענגען דעם נוצבארן אינפארמאציע צום אויבערפלאך. ווען למעשה האב איך שוין לאנג געטראכט פון אזא ענליכע איינפאל צו אויפקלערן דעם עולם וויאזוי צו נוצן א קאמערע וואס ממש ממש רוב רוב האבן נישט קיין מינדעסטע השגה דערינען, אפילו אזא סימפל זאך וויאזוי צו זאאמען ווען נענטער און ווען ווייטער, ווען גרעסער און קלענער, וכדומה ווייסן זיי נישט וויאזוי זיך צו באגיין ארויסצונעמען די מאקסימום.
אויך וואלט איך געוואלט איינער זאל גוט ארויסברענגען די הויפט מעלה פון CANON איבער אנדערע און די סיבה פארוואס זי הייסט די טאפ אויף די מארקעט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 22:56 |
|
| |
גיי אריין צו MENU, אבער זיי זיכער אז דו ביסט ביי "פיקטשער" מאוד, אויב ביסטו ביי REVIEW MODE, ד.ה. דארט וואו דו קוקסט איבער די בילדער וואס דו האסט געמאכט, וועסטו באקומען אנדערע אפציעס. דער מעניא טוישט זיך לויט וועלכע MODE דו ביסט אנגעשטעלט, (דו האסט דריי, איבערקוקן, פיקטשער, און מאווי - ס'איז אויבן רעכטס, א קליינער רוקער).
ממש אנהייב, וועסטו טרעפן AF-assist Beam, וואס איז געווענלך אנגעשטעלט אויף ON, מאך עס אויף OFF, און דער פראבלעם וועט זיין געלייזט אי"ה.
אגב, איך האב זייער געוואלט עפענען פאר אונז אין היימישע מאמע לשון, אביסעלע אינסטראקשענס ווי אזוי צו נוצן א דידזשיטעל קעמרע. עס זענען פאראן אין ענגליש אזויפיל בוכער און וועבסייטס, אבער איך בין זיכער אז רוב אידעלעך האבן נישט די מח און כח, צייט און מיה, צו גיין אדורכלייענען דאס אלעס.
למעשה רוב קעמארעס האבן אין זיך אזויפיל תוכן, און מ'צאלט געלט פאר די אלע פיעטשארס, ממש א שאד זיי נישט צו נוצן. צי ווייסט איר למשל וואס מיינט די פאלגענדע:
- פאוקאס (אוטא און מענועל)
- ווייט בעלענס
- ISO (נידריג אדער הויך)
- שאטער ספיד אדער שאטער לעג
- אפטיקעל און דיזשיטעל זאם,
- אימעדזש סטעבילייזער
- סטיטש אסיסט - (פאראנאמא)
- עקספאושער (אנדער און אווער)
- אלע סארטן פלעש, ווען יא און ווען נישט?
- סין מאודס (פארשידענע סצענעס קומען פראגראמירט)
- מעקראו מאוד
א.א.וו. צי ווייסט איר למשל אז ס'איז נישט כדאי אריינצודרוקן דעם גאנצן שאטער באטן ווען איר נעמט א בילד, נאר קודם דרוקן האלב דערפון, עס קומט ארויף אדער א גרינע באקסעלע אדער אן אנדערע צייכן, און דאן טוט עס "לאקן" (צושפארן) דעם פאוקאס און עקספושער פאר די בעסטע רעזולטאטן, און ערשט דערנאך דרוקט איר אריין גענצליך?
מיין שאלה איז דא צום עולם: איז איינער אינטערעסירט דערין? איז דא איימיצער וואס קען דאס, אדער וויל וויסן? אדער רעד איך בעיקר צום דופן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 20:51 |
|
| |
איך האב באקומען א מתנה פון איינעם א נייע קליינע קעמרע canon sd600 ווייסט איינער אפשר ווי אזוי מ'מאכט די אראנדזשע לייט (נעבן די וויוו-פיינדער) זאל זיך נישט אנצינדן?
איך האב שוין דורך געליינט די גאנצע בוך און גארנישט געזעהן.
אפי' ווען מ'מאכט אן פלעש צינד זיך עס אויך אן פאר א 2-3 סקונדעס.
און טאקע דא וויל זיך אויך שכויח פאר איןבעיה פאר די המלצה.
תוקן על ידי jewboy ב- 21/01/2007 20:56:47
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2006 04:08 |
|
| |
דאס איז עס! געקויפט דעם A530 ביי סירקיוט סיטי (אויפגעפיקט לאקאל) פאר $139. א דאנק פאר די הילף.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2006 21:07 |
|
| |
די ערשטע פאנאסאניק איז ענדליך צי די CANON S3 אין קאסט אייך מיט א $50 ביליגער, די וואס האבען דעם קאמערא זענען גאר שטארק ציפרידען דערמיט........
די צווייטע CANON איז גאר פאפולער ציליב איר ביליגען פרייז, אין גאר א שטארקע GIFT ITEM, פינעף מעגאפיקסעל איז פינקט געניג, אין עס לוינט זיך נישט קיין פעני מער פאר די העכערע מעגאפיקסעל,וואס איז יא ווערט יעדען פעני זענען די IMAGE STABILIZER די קאמערא האט עס נישט, אין בין משער אז די אימעזש קוואליטי איז פינקט אזוי גיט ווי דיין S600 אין מן הסתם אפילו בעסער, עס ווער אייך בעסער ליגען אין די האנט, אין איז אינגאנצען א משהו דיקער פין די SD מאדלען, א געוואלדיגע מעלה פין די A מאדלען זענען אז זיי ארבעטען אויף AA באטאריס וואס מען קען אלס מיטנעמען אין קויפען איבער די גאנצע וועלט.......עס איז שטארק רעקאמענדעד צי קויפען אפאר גיטע RECHARGEBLE בעטעריס ווייל עס קומט נישט מיט אזוי ווי אין SD מאדלען, אבער ווי געשריבען איז דאס גאר א מעלה.......
אגב א גיטע RECHARGEBLE באטארי געט מער בילדער פער CHARGE ווי א געווענדליכע באטארי........
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2006 20:28 |
|
| |
נאך אמאל ישר כח, איך דארף עס וויכטיג האבן און איך האב נישט די צייט פאר ריסוירטש... וואס איך זיך שטארק איז די אימעג' קוואלעטי, און ווי מ'האט מיך אריינגעהאקט אין קאפ איז עס נאר קענאן. וויאזוי וואלסטו גערעטעד די פענעסאניק אדער די צווייטע וואס די האסט יעצט אנגעטראגען, וויאזוי איז די IMAGE QUALITY, קאמפערט צי א קענאן? (איך האב יעצט א SD600, איך דארף יעצט א צווייטע קאמרא נישט א ריפלעיסמענט).
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2006 05:17 |
|
| |
אין בעי' ישר כח פאר די הילף, איך האב געשריבן אז איך דארף "נישט" קליין, ועל כן וויל איך נישט צאלן פאר די SD700. האסט נאך הצעות?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2006 18:53 |
|
| |
איך פערזענדליך האב נישט אזא לענס, ווי אזוי די בילדער קומען אויס פין די סארט לענס מן הסתם ווייסטו, וואס פאר אינפארמאציא זוכסטו?
|
|
|
|
|