בית פורומים כל העולם כולו

געהויבענע פירום בחצרות סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/3/2006 16:08 לינק ישיר 
געהויבענע פירום בחצרות סאטמאר

מרן רבינו שליטא בביהמד ראדני ליפא געבעטן צו מאכן ברכות אבער,, ז"ל געליינט-עולם איז געווען זייער שוואך.. בביהמד המפואר געווען זייער דערהויבן ביי מגילה אין ביים טיש.. בקר"י-אב"ד אנטווערפן געליינט די מגילה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 02:33 לינק ישיר 

סים, האסט אויסגעטראפן אמעריקע. דו ווייסט נישט אז שושן פורים פירט זלמן לייב זיין גרעסטע טיש?

אופס, סארי, כ'האב געמאכט א טעות. שושן פורים פירט זלמן לייב נישט טיש און ער זאגט נישט קיין תורה.

וואס יא?

שושן פורים קומט פאר א פלעי אין ראדני, שיצא מוניטין שלו בעולם אלס א הערליכע שיינע פלעי, און הונדערטער "וויליאמסבורגער" קומען מיטהאלטן די פלעי.

אין די זעלבע צייט קומען זיך צוזאם צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ניו יארק מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם טיש אין קרית יואל וואו דער עולם זיצט צוקוועטשט און צודריקט פאר לאנגע לאנגע שעות און מען הערט ווי קרית יואל'ער רב זאגט איינמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה. ערשט נאכדעם קומט עפעס אן אפגעריסענע שפיל משום מנהג ישראל תורה, וואס אפאר אפגעריסענע קרית יואלע כניאקעס פירן דורך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 00:05 לינק ישיר 

ס'טוט זיך דא
יא זאגן תורה שושן פורים נישט זאגן תורה
דער רבי ז"ל האט יא געזאגט נישט געזאגט
הערטס א שטיקל פונעם רב דרשה שושן פורים היי יאר
עס וועט אייך אלעס פארענטפערט ווערן
http://rapidshare.de/files/17137839/ShishanPurimKY.wma.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 18:16 לינק ישיר 

 [email protected].

 i will try to post her a clip frome purim in kj



If your email client does not accept HTML, please use this link to download your file:
http://s64.yousendit.com/d.aspx?id=333A421JJQDGN2HEXT3VT10Q2Z



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2006 13:05 לינק ישיר 

איך האב געזען דאס בילד פון שושן פורים אין ראדני, ער האט זייער א שיינער עולם, איך האב נישט געוואוסט, אז ס'רעדטזיך פון אזוי פול שונאים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2006 17:45 לינק ישיר 

I made a quick count I got 90



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2006 17:44 לינק ישיר 

וואס זאגט מען צו מאנסי?? תענית אסתר ביי מגילה איז געווען אין ביהמ"ד חמדת ישראל 70 שטריימלעך ווי הרב חיים יושע האט געליינט אין די זעלבע צייט אין ביהמ"ד התאחדות אברכים דקיט"ל איז געווען 75 שטריימלעך אין הרב יעקב ווייס האט געליינט.... קאמענטארן זענען איבריג!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2006 16:29 לינק ישיר 

אז מען קוקט גיט איז נישטא מער ווי 60 מענטשען נעביך אהרונים אבי עטס זאגטס אז ראדני איז ליידיג.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2006 01:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2006 21:07 לינק ישיר 

וואס גייט דא פאר ? ראנדי איז מבני בניו של המן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2006 04:03 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט נאכנישט געשריבן וואס די גאנצע גאס רעדט אז ביי די מגילה ליינען פורים אינדערפרי איז געווען אין ראדני נישט מער ווי 25 טליתים! אזוי ווייט אז מאיז געקומען צולויפן פון אנדערע פלעצער אליינס מיטצוהאלטן די היסטארישע ליידיקייט אין ראדני פורים צופרי!
ביינאכט איז געווען ארום 160 מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 02:40 לינק ישיר 

איך הער ווי אז ר' זלמן לייב זאגט אויפן רב אז

רבינו סר מן הדרך


ער זאגט תורה שושן פירם ביים טיש
דער שטריק ונועם הערץ ובעל שקל שלם דהלכות שהחינו ע"י יהללוך בעצם ליל ניטול יחד עם השור שנגח
ער איז דער ריכטיגער ממשיך פין רבינו זי"ע ווייל ער האט יעטץ באוויזן נאך א קונץ אז עס איז געווען דרייט טעג יו"ט אין ער האט זיך קיין איינמאל נישט גע'ענפט די מויל מיט א דבר תורה!!!



תוקן על ידי - kj_village - 17/03/2006 2:39:52 תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 21:44:37



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 02:24 לינק ישיר 

אומדירעקט,
ווען איך דערמאן זיך אין די חדוה דקדושה וואס איך האב געהאט דעם פורים באקום איך די "טשילס",
איך בין נאך קיינמאל פורים נישט געווען ביי קיין טיש, מען איז דאך פארנומען מיט די בני בית און איך בין פשוט נישט אנגעקומען צו קיין טיש, און יעצט ווען איך בין אזוי נישט וועלענדיג  "אריינגעפאלן" צום טיש פון אנטווערפענער רב שליט"א, האט דאס מיר פארשאפט א געוואלדיגן עונג רוחני, די אינערליכע געפילן, דער ניצוץ היהודי האט זיך ערוועקט, איך בין בטבע א קאלטער מענטש, ווי מען זאגט, א צוריק געצויגענער מענטש, און דא האט מיך דער שטרוים מיט געכאפט, איך האב געלאזט טרערן, געטאנצט מיט אזא התלהבות אז ס'האט מיך אליין איבעראשט.

וראו, מה בין בני לבן חמי, מיר חסידי ותלמידי רבינו שליט"א וואס זענען אדוק צו בנו הגדול גאב"ד קרית יואל שליט"א, אונזער עונג איז פשוט, נאך א תורה, נאך א דרש, נאך א פשט, א שיין ווארט, א טיפן געדאנק, א מילתא דחסידות,  א שיינעם ווארעמען טאנץ, א התלהבות דקדושה, דאס האבן מיר געזען די ערשטע נאכט אין הופפער סטריט, ביי כ"ק הגאב"ד שליט"א, אנגעהויבן מיט די קריאת המגילה און דערנאך דער שולחן הטהור, און דערנאך מיטל נאכט אין הופפער סטריט ביין שולחן הטהור מיט הגה"צ אנטווערפענער רב שליט"א, און שושן פורים מיט כ"ק הגאב"ד שליט"א אין קרית יואל, כולם שווין לטובה, פיל מיט הדרכה לתורה חסידות ויראת שמים.

ווידער ביי (ר') זלמן לייב, זענען זיי אזוי גליקלעך פון די זיסע שיינע דזשאקס וואס מען האט געזאגט, און חוזק געמאכט פון רבי אהרן שליט"א, און די קעלבלעך מיטן מרה דאסרע בראש האבן זיך געקאטשעט פאר געלעכטער, א באנדע פויערן אן קיין שום רגש קדושה, אן קיין שום תורה, ליידיגע שטריקעס, און זיי שעמען זיך גארנישט זיך אויף צוטון מיט דעם, דאס מאכט מיך אויסשרייען פון טיפן הארצן, "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו",
 
מיר דארפן אלע זאגן ערליך, מודה אני לפניך ה' אלקי ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ולא שמת חלקי מיושבי קרנות, שאנו משכימים והם משכימים - אנו משכימים לדברי תורה והם משכימים לדברים בטלים, אנו עמלים והם עמלים - אנו עמלים ומקבלים שכר והם עמלים ואינם מקבלים שכר, אנו רצים והם רצים - אנו רצים לחיי העולם הבא והם רצים לבאר שחת"...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2006 22:58 לינק ישיר 

יישר כח יענקעלע פאר דיין שיין תגובה בנוגע פורים ביינאכט מיט הגה"צ אב"ד אנטווערפן שליט"א.

ביסט אנגעקומען א מינוט צו שפעט, נישט אז דו האסט געשפעטיקט, נאר פארן רב האט געגראמט א יונגערמאן פון קרית יואל(?) אויפן ניגון פון: א-לי א-לי למה, למה עזבתנו, מורא'דיג התרגשות'דיג.

איך געדענק נישט אלעס, איך בין געווען גוט גוט מבוסם, אבער דער רב האט אראפגעלייגט א פורים ביינאכט אזוינס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט, מיט אזעלכע בכיות אויף צרות ישראל.

לאמיר האפן אז גאנץ כלל ישראל האט גע'פויעלט אלעס גוטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2006 18:50 לינק ישיר 

דער פריערדיגער איז הקדוש דער "עטרת צבי"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2006 18:29 לינק ישיר 

איבערגעבן א באריכט פונעם גאנצן פורים איז ממש אוממעגליך, בפרט ווען מ'דארף נאך אריינכאפן די ארבעט וואס מ'האט פארפעלט אינצווישן, אזויפיל קען מען יא זאגן אז פורים איז אלעמאל א צייט ווען ס'איז נכנס יין יצא "סוד", און עס ווערן צעווישט אלע מחיצות, וואו יעדער קען זען "ראו מה בין בנו הגדול לבנו יקירו"...

דער געהויבענער פורים וואס איז אפגעראכטן געווארן אין סאטמאר האט ארומגענומען יעדן סאטמארן חסיד באשר הוא, סיי אין וויליאמסבורג וואו מיר האבן געהאט די זכי' צו פארזוכן דעם טעם פון א מגילה ליינען מיט דעם געוואלדיגן התרגשות און התלהבות וואס מ'זעט נאר ביי אונזער גרויסן מנהיג שליט"א, סיי ביי די פורים טישן וואו די תורות און דער אטמאספער האבן איבערגעלאזט א רושם בל ימחה אויפן גאנצן ציבור.

פאר די אידן אין וויליאמסבורג איז דער יו"ט געווען ספעציעל אויסערגעווענליך, ממש אין די בחינה פון "קימו וקבלו", ווען נאך עטליכע "טרוקענע" הונגער יארן וואס מ'האט נישט געקענט הערן קיין אידיש ווארט במשך דעם גאנצן פורים, איז מען מיטאמאל אויפגעריכט געווארן, צוערשט מיט די זכי' צו מיטהאלטן דעם ערשטן מאל וואס עס מיינט א פורים טיש אין קרית יואל, און הערן פערזענליך די אויסטערליש הערליכע תורות וואס מ'קען הערן פון רב שליט"א פורים, און ביז היינט האט עס געדארפט זיין איש מפי איש, אפגערעדט פון דעם קאך און גערויש ביי די ווארעמע ניגונים, און דעם עקסטאז און אמת'ע שמחה של מצוה וואס האט געהערשט בשעת די געהויבענע טענץ [א מערקווירדיגן פונקט האט מען געקענט זען, אז פארקערט ווי געווענליך, וואס שוואכער מ'האט געהערט די מוזיק, אלס שטארקער האט דער עולם געזינגען און געטאנצן ! וואס צייגט אויף א אינערליכע אמת'ע שמחה].

און אלס די "קריעם" אויף די "קעיק" האט מען אונז נאך צוגעגעבן אזא שיינעם משתה היין טיש דורך הגה"צ אבדק"ק סאטמאר אנטווערפן שליט"א, וואס איך האב גראדע יא געוואלט בעסער באשרייבן וויבאלד עס איז די סאמע ערשטע מאל וואס חסידי סאטמאר האבן געהאט די זכי' צו זען דעם "כל שהוא ובנו ובן בנו"... [אויפאמאל, ווי תוס' פארלאנגט...], און איבער 200 אידן האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן, אבער איך זע אז יענקעלע האט מיר שוין אביסל אויסגעכאפט, וועל איך נאר צולייגן די נקודה וואס איז מיר געווען די מערסטע אינטערעסאנט, אז ער איז אריינגעקומען ארום אכט אזייגער, און דאן זיך געזעצט טרינקען נאך עטליכע כוסות, שפעטער האט ער עס פארענטפערט מיט א ווארט פון עמיצן פון די פריערדיגע [?] אז טרינקען שושן פורים איז נאך סאך העכער ווי טרינקען פורים אליינ'ס...

און ווער קען שילדערן די געוואלדיגע הרגשים און בכיות נוראות ביים אויסרעכענען די אלע זאכן אויף וואס מ'דארף געהאלפן ווערן, איה שוקל ואיה סופר וואס האט זיך דאן אפגעטאן אין ביהמ"ד.

אזויפיל האט עס אויפגעטון אז עס זענען געפארן אסאך ווייניגער וויליאמסבורגער אידן קיין קרית יואל שושן פורים ווי ביז היינט... אבער ס'איז געווען אין די בחינה פון "ולא נודע כי באו אל קרבנה", אין ביהמ"ד אין קרית יואל האט זיך עס בכלל נישט אנגעזען...

דאס מערסטע האב איך פערזעליך הנאה געהאט פונעם שושן פורים טיש, ווי שטארק דער עולם האט הנאה אז מ'האט נישט דערמאנט קיין איין ווארט די אנדערע זייט, אויסער אלטער משה גאלדבערגער מיט זיין האטליין וואס מ'האט אביסל דערמאנט [זיין ביטול פון די התאחדות הרבנים...].



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געהויבענע פירום בחצרות סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext