|
|
| נשלח ב-22/3/2006 19:40 |
|
| |
איך בין אוועקגעגאנגען פון פורום תיכף נאך די פריצייטיגע און פלוצלינגע גסיסה פון די פורום,
איך האב נישט געוואלט בלייבען ביז די פטירה, אבער יעצט קוקענדיג זע איך אז עמיצער איז נתעורר
געווארען צו אנגיין ווייטער, קלער איך אז מיט א שטיקעל קאאפעראציע פון די מנהלים, קען מען
האבען א שיינע קאנטראלירטע לעבעדיגע פורום
איך שטום פאר "2"
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 19:48 |
|
| |
כאטש כוויל באמת שטימען נומער צוויי, זאגט מיר מיין אינסטינקט אז סאיז א שאד די צייט, ווייל זייט די 'יונגווארג' האט זיך אנגערוקט איז געווארן א חורבן אז נארמאלע שרייבער האבן זיך געשפירט ווי אויפן סאבוועי
די איינציגסטע אופן וויאזוי סקען ארבעטן איז נאר דורך א שטרענגע הנהלה וואס גיבט זיך אפ דערמיט יומם ולילה (אזויווי אין בח"ח) וואס פון עקספיריענס קען כאייך זאגן אז ספארלאנגט אסאך צייט כח און געדולד, און דאס איז נישט עפעס וואס זעהט אויס אז סוועט געשען אזוי שנעל, עכ"פ איך זעה נישט אז דאס זאל פאסירן לעת עתה
אויב אזוי - גייט מיין שטימע פאר נומער איינס
(נו.. נו... בחירות... אוי געוואלד!)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 20:06 |
|
| |
זיידייאנטשי
אין בחדרי חרדים איז גארנישט אזוי גאלד, אויב די שרייבסט עפעס קעגן מנהל'ס אינטרעסן ווערט עס באמת אויסגעמעקט, אבער אויב די שרייבסט לטובת זינע אינטערסן קענסטו שרייבען די גרעסטע שמוץ קעגען יחידים אין עס בלייבט דארט.
לדעתי מאכן מיר זיך סתם נאריש.
א מנהל קען נישט פירן קיין שטרענגע פורום נאר אויב ער האט א אינטרעס איינעם צו בויען, אבער וויבאלד JEWBOY איז באמת א ריינע נשמה אן קיין אינטרעסן איז דאס נישט פאר אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 20:06 |
|
| |
על אף וואס איך בין קאם קאם דא א שרייבער, האב איך אויך מיין רעכט צו מצביע זיין
און איך בין בוחר:
2
ווייל אז נישט איז דער פורום במילא אין סכנה פון נעדר ווערן אינגאנצן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 21:53 |
|
| |
אם כבר אז # 2
אקשן עד הסוף.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 22:16 |
|
| |
1
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:14 |
|
| |
1 איז דער אויסוואל, צילוב צוויי סיבות,
איינס, ווייל רוב וואס האבן געשריבען אז זיי וואטען פאר 2 ווי למשל, דרייניץ, עקשטיין, ווילי יונג, כשריקע, וכדומה שרייבען איז זייער פורום זייער ווילד קינדעריש אין אגרעסיוו אין עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פליצלינג ווען זיי גייען קימען דא צי דעם פורום וועלן זיי יא אנהייבן צי שרייבען נערמאל נאר איינע פין די צוויי זאכן גייט געשען , אדער גייען זיי בכלל נישט שרייבען דא , אדער גייען זיי שרייבען אזוי ווי זיי זענענן ציגעווינט, כנ"ל דאס הייסט אויף דעם זעלבן וועג ווי אזוי זיי שרייבען יעצט, אין אויף דעם זעלבן וועג וואס מען האט געשריבען דא ביז מען האט אלעס אויסגעמעקט, אין דאס וויל דאך קיינער נישט דא דאס איז איין סיבה פאר וואס איך וואט פאר 1, נאך א סיבה איז
צוויי, עס וועט זיך לכאורה שוין סיי ווי נישט אויסארבעטען ווייל די די ארונים זענענן שוין מער ווייניגער מסודר אין זייער פורום וואס זעט דערווייל אויס {פאר זיי..} אז עס פארט גאנץ גיט אין זיי וועלן לכאורה קיינמאל נישט צרויק קימען דא, פארוואס יא???? די זאליס זענענן די וואס ווילען אז מען זאל דא שרייבען פאליטיק, ווייל זייער פורום האט זיך עפעס פארהאנקערט, אבער כידוע אז מיט נאר געציילטע שרייבער וואס וועלן שרייבען חסידשע נייעס נאר פין איין זייט איז אויך נישט אינטערסאנט מילא איז שוין בעסער אז מען זאל בלייבען אזוי ווי עס איז יעצט ווייל די אנדערע וועג איז ערגער
תוקן על ידי - moshe06 - 22/03/2006 23:20:27
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:57 |
|
| |
2
ווייל זינט'ן פארלאזן דעם פורום האב איך פארלוירן דעם חשק צו שרייבן...
כאטש די וועלט זאגט צוריק גייט א קאזע, האף איך דאך אז עפעס וועט זיך שוין מאכן...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 00:40 |
|
| |
מיט גרויס ווייטאג און בדויער האב איך געליינט די ווערטער קעגן די געשמאקע טייערע פארום בחחמ"א וואס חוץ וואס סיז שקר וואס דער שרייבער האט געשריבן, איז דאס נישט אויסגעהאלטן צו באשמוצן א פארום, וואס פילע צענדילגער אידן האבן הנאה ביזדערווייל פון דעם, און בעז"ה אויף ווייטער, הגם די ניק מיט וואס איך שרייב איצט איז נישט קיין שרייבער דארט, אבער מיין אויבערהאר התאחדות איז דאך יא דארט א שרייבער, און ממש אלעמאל טוה איך די ארבעט פאר איהם, און איך שרייב די תגובות פאר איהם דארט, און וואו אויך לייען איך די מוסטערהאפטיגע און וואונדערליכע אשכולות, וואס מערן זיך ווי די פיש אין וואסער, אידן העלפן ארויס אנדערע אידן מיט אזא גוטע הארץ, קיין איינמאל האט מען נאך נישט געמעקט קיין תגובה וואס איך האב געשריבן, אפילו דאס איז געווען קלאר א קעגן די אינטערעסע פון איינע פון די מנהלים, איך שרייב דאס דזשאסט ארויס צו געבן א קול מחאה, ודי בזה כעת.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:11 |
|
| |
קרן התורה, מיט די פילע רעספעקט,
שיק מיר אין אישי דיין נייע ניק וואס די האסט גע'ענפענט פארן אנדערן פורום
יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:18 |
|
| |
טויזענטער טויזענטער הלבנת פנים ומחלוקות ולשה"ר איז ב"ה פארמיטען געווארן אדאנק דעם קליגען שריט פינעם מנהל דא עס אפצישפארן פאר פאליטיק
אזוי אז פין דעמלאטס אן שרייבט זיך יעדע חסידות, קרייז עקסטער ביי זיך עס עס איז נישט דא מער די אלע טעגליכע שלעגערייען וואס עס איז געווען ביז דעמלאטס
עס איז א שאד נאכאמאל אנציהייבן יענעם אלטען טשעפטער פין די מחלוקות'ן
אין פאר די אלע וואס זאגן אז מען קען יא שרייבען נערמאל אין איינגעהאלטן גייטס אריין אין זייערע ניקים קיקטס ווי אזוי זיי שרייבען יעטץ ווען אלעס איז עקסטער אפגעטיילט אין ווי נידריג זיי שרייבן יעטץ דאפאלט ערגער וועט זיין ווען מען וועט צוריק אנהייבן צי שרייבען דא!!!
עס פעלט נישט אויס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:33 |
|
| |
איך בין שוין לאנג נישט געוועזען דא ווייל איך קען נישט ליינען די וויכטיגע נייעסען . סאו וועל איך וואויטען 2
סאכדעס איך לאך נאך יעצט קיינער האט ניטש געמיינט משפחה נאר בחדרי חרדים
משה רעד נ ישט צו די זאך א מנהל קען עס קאנטראלען און ארויסווארפען אלע וואס שרייבען קעגען דיין רבי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 19:41 |
|
| |
ווען איך קוק מיט א קאלטע בליק מיין איך אז קיינער האט נישט פארדינט פון זיך באשמוצען דא.
שרייבען פאליטיק אן א אפענע פארום איז זעלבסטמארד פאר ביידע צדדים.
אין דאס גייט פאר סאטמאר, באבאב, צאנז, מיט אנדערע קרייזען וואס מיינען אז זיי ווערן שענער מיט וואשען מיסט אין רשות הרבים.
איך שטים # 3 נאר שרייבען אין א פארמאכטע פארום ווי פון דא און דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 20:10 |
|
| |
אין א אויסטויש מיט דעם געערטען מנהל האט ער מיר קלאר געמאכט אז ער וועט בשום פנים ואופן נישט מסכים זיין דא צו מעלדן "פאליטישע" נייעס.
ער וויל נישט נעמען קיין מחלוקת אין לשה"ר אויף זיין פיקל.
|
|
|
|
|