Mench שרייבט אין פורום כלהעולםכולו:
עס איז יעצט 3:00 פארטאגס, איך קום יעצט פון דארט
א מעידזשער
מעידזשער חתונה
איינער (א היימישער ארוני) האט עס מיר באצייכנט ווי רבי מרדכי
דוד'ס הכתרה
איך האב געציילט ביים מצוה טאנץ 2,000 שטריימלעך!
עס האט זיך
געטוהן דארט א פארקער פון מאסן מענטשן א גאנצע נאכט
איך וואלט עס אנגערופן א בזעיר
אנפין פון די ארונישע גרויסע חתונה
פארשטייט זיך איך מיין נישט בזעיר אנפין אז למשל
די ארונים האבן געהאט פערציג טויזנט און זיי פיר טויזנט
בזעיר אנפין מיין איך, אז
די ארונים האבן למשל געהאט (ביי די צווייטע חתונה, אין דעם פארשוויצטן זאל) לאמיר זאגן
הונדערט פופציג פיס די לענג פון די ברענטשעס, ער האט געהאט א גוטע 80-90 פיס די
לענג (נאכאמאל, איך ווייס נישט די לענג פון די ארונים און נישט די לענג פון זיי, אבער
אויסערליך האט עס מיר אויסגעזען ווי בערך צוויי דריטל פון די ארונישע חתונה)
און
איך בין שוין אנגעקומען נאך צוועלף ביינאכט , איך הער אז פריער איז געווען דזשעם
פעקד
עניוועי, אביסל נייעס
קרית יואלער רב איז געווען ביים קבלת פנים,
געזעצן אויף לינקע זייט פון חתן, צורעכטס איז געזעצן דער באבובער רבי רמ"ד
די חופה
הער איך אז ס'איז געווען מעסיוו מעסיוו, מסדר קידושין איז געווען דער באבובער רב ר' יושעלע
רובין
איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע רבנים און רביס עס זענען געווען ביי די
חתונה. ווען איך בין געוען האב איך געזען דעם קלויזענבורגער, ר' אביש ספינקער, זידיטשובער
פון ב"פ
פון די באבובער אייניקלעך (קדושת ציונ'ס) זענען געווען אלע. ר' יעקב יוסף
הלברשטאם (ובנו ר' חיים יושע) ואחיו ר' ברוך דוד הלבערשטאם, די טווערסקיס, און די געסט אוו
האונער, די צוויי פרישוואסער ברידערס פון לאנדאן, (זיי האבן ביידע באקומען ברכות ביים
בענטשן).
איך בין אנגעקומען האב איך געמיינט אז מען גייט שוין בענטשן, ווייל ס'איז
שוין געווען נאך חצות. דערווייל האט מען נאך געטאנצן א גוטע שעה, און צו מיין פלא, האט מען
במשך די גאנצע שעה נישט געזינגען קיין איין נישט-באבובער ניגון!
מען האט
זייער לעבעדיג געטאנצן. פארפאלן, האב איך געזאגט פאר איינעם. רבי מרדכי דוד'ס חסידים האבן
א פּרייד, וואס מען זעט נאר ביי
די ארונים
דער רבי זעט אויס האט שוין פריער געטאנצן. ער איז געזעצן אויבן אן און
ממחה געווען את הריקודין בכפי ידיו פון צייט צו צייט
די לעבעדיגסטע פוינט וואס איך
האב מיטגעהאלטן (ביים טאנצן רעד איך) איז געווען ווען ר' יושע רובין האט געטאנצן
מיט'ן חתן
פארן בענטשן איז כנהוג געווען דער מארש, שיין געווען
מיט בענטשן
איז מכובד געווארן דער ציעשנובער, ר' חיים יאנקל רובין (וואס מצד צעשנובער משפחה איז ער
פאר ר' בנציון, אבער ער איז א מחותן מיט רבי מרדכי דוד'ן).
אויסגערופן צום מצוה
טאנץ האט הרב צבי ארי' ריינהאלד
זייער שיין געגראמט, מען דערקענט אז דער מענטש איז
א תלמיד חכם עצום מלא וגדוש בחסידות
אינטערעסאנט אז אין באבוב שעמט מען זיך נישט צו
רעדן פון פאליטיק ביי א שמחה, אפיציעל
דער גראמער האט אינמיטן דערמאנט גאנץ אפן מען
זאל זוכה זיין צוריק צו קומען צום "מלך'ס פלטין", און ער האט נישט געמיינט דעם בית
המקדש... אויך האט ער פיל ארומגערעדט פון חתנו כבנו, אז דאס איז א הלכה, און אין (איך
געדענק נישט וואו) שטייט "וכן נוהגין", און מנהג עוקר דינים, מתפלל זיין אז אזוי זאל נתברר
ווערן הלכה. וכו' וכו' ער האט אלעס זייער שיין און קונצליך אלעס אריינגעפלאכטן, אבער
מיר איז געווען א וואונדער "דער" מנהג... (שטעלטס ענק פאר אין סאטמאר זאל דער בדחן ביים
מצוה טאנץ בעטן אז דער אפעלאט זאל אורטיילן אזוי ווי ראזענוואסער...)
דער רבי האט
פארן טאנצן אנגעוואונטשן קורץ, און דערנאך געטאנצן זייער שיין, קודם מיט א גארטל לפני
הכלה, ווי דער זיידע רבי שלמה'לע (טראץ זייער איינגעהאלטן, איידל) און דערנאך ארומגעלאפן
ארום די כלה, כמנהג חותנו ר' נפטלטשע וועלכער האט זיך אזוי געפירט כמנהג
טשערנאביל
דער גאנצער זאל האט זיך געהויבן אין די לופטן
מיינע ארומיגע האבן
געזאגט אז פארפאלן, ער מאכט עס נישט אזוי גוט ווי ר' בנציון. איך ווייס נישט צי ער קען
נישט אדער ער וויל נישט. אבער מיין מיינונג איז, אז נאכמאכן איז נישט קיין קונץ. פאר
זיך איז עס זייער שיין געווען, נאר נישט נאכגעמאכט
נאך זיין מצוה טאנץ האט מען
אויסגערופן אלע בחורים ארויס, יעדער איז ארויס, און עס איז אויך געווארן כמעט ליידיג,
געבליבן נאר עטליכע הונדערט מענטשן
עניוועי, ער איז א מעידזשער ליג רבי, מען קען
זיך דינגען צו ר' בנציון האט אכט הונדערט מענטשן און ער נאר פינף הונדערט אדער
זעקס הונדערט
נאך אזא חתונה איז במילא נישט קיין נפקא מינה
ער איז א ריזיגער
רבי און ס'איז נישט קיין שום נפקא מינה צוואנציג מענטשן ארויף פופציג מענטשן אראפ, ער האט
האלב באבוב. פינטל און ווער עס איז דארט געווען וועט עס
באשטעטיגן
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1852638
תוקן על ידי - 45street - 24/03/2006 22:36:21
 |
|
|