| נשלח ב-19/3/2006 18:02 |
|
| |
פרשת העגל - וואס גייט דארט פאר?
איך זוך א איד וואס איז אלט איבער דריי טויזנט יאר, אפשר וועט ער מיר קענען ווארפן ליכט אויף דעם אזוי-פארנעפלטן מעשה פון די עגל. דאס וואס איז אונז רעקאדירט געווארן דורך משה רבינו איז זייער אומקלאר, און איך וועל צולייגן די אומקלארקייטן.
א. וירא העם כי בשש משה לרדת מן ההר, ויקהל העם על אהרן, ויאמרו אליו: קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו, כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים, לא ידענו מה היה לו:
1) וואס איז דא פארגעקומען? דאס פאלק האט געזען אז משה פארזוימט זיך אראפ צו קומען. נו וואס איז דען? ער האט דען אפגעשמועסט א זייגער ווען ער קומט אראפ? אין פרשת משפטים ווען ער איז ארויף געגאנגען, האט ער געזאגט די ווערטער: ואל הזקנים אמר, שבו לנו בזה עד אשר נשוב אליכם וגו' (שמות כד יד). ער האט קלאר געזאגט אז ער וועט צוריק קומען מיט די לוחות, פארוואס האבן די אידן אויסגעבראכן אין אזא פארלוירנקייט פונקט הארט פאר ער האט סייווי געדארפט אראפ קומען. (הגם בפשטות האבן זיי נישט געוואוסט אז ער דארף דעמאלטס אראפ קומען, אבער לכאורה איז דאס נישט משנה).
2) פארוואס איז דאס פאלק געווען אזוי אנגעוויזן אויף משה, אז די מינוט וואס זיי האבן אים נישט געהאט זענען דיי געווארן פארלוירן? הגם, מ'מוז פארשטיין די אידן אין וואספארא מצב זיי האבן זיך דעמאלטס געפינען. דו רעדסט דא פון א פאלק, אן ערך פון צוויי מיליאן מענטשן, אנשים נשים וטף, מיט זייער גאנצן פארמעגן, וויסט פארווארפן אין א מדבר. עטס קענטס ענק פארשטעלן וואס עס הייסט בימים ההם זיך צו געפינען אין א מדבר? אן קיין נעוויגעישאן סיסטעם, אן קיין קאמיוניקעישאן מעטאדס צו די דרויסנדיגע וועלט, אן קיין מענטשליכער חשבון וועגן עסן, קליידונג און אנדערע באדערפענישן. ווען דו זאלסט זיך ארויף זעצן אויף אן עראפלאן און פליען העכערן מדבר און באטראכטן פון אויבן די באוועגונג פון דאס אידישע פאלק אין דעם אויסגעצויגענעם זאמדיגן מדבר וועסטו ווערן פעסינעיטעד פון די מראה. ממילא קען מען אביסל פארשטיין די אומבאקוועמליכקייטן און ציטער וואס די אידן האבן דאן איבערגעלעבט. און ווי שווער עס איז אין אזא זמן צו פילן באמת אז עס גייט קומען גוטע צייטן, און מען גייט אמאל וואוינען אין אן אייגן לאנד (פוי) בהרחבה. (וואס דאס פארענטפערט אגב פארוואס יעדע שטיק צייט האט מען זיך ארום געריסן דארט אין מדבר, ספעציעל נאך די מרגלים ווען מ'איז געוואויר געווארן אז נאך פערציג יאר גייט מען דארט אזוי ארום וואנדערן. איך וואלט גע'הרג'עט מענטשן אויב זאל מיר איינער זאגן אז איך דארף נאך פערציג יאר וואוינען אין מיין יעצטיגע דירה...). וועגן דעם זענען זיי געווען אזוי פארלוירן און אנגעוויזן אויף משה. ווייל דאס וואס דער באשעפער האט זיי געזאגט, איז געווען עפעס וואס זיי האבן געדארפט גלייבן,(און אונז אלע ווייס מיר גוט, וויפיל מען גלייבט ווען מען איז אינמיטן א שווערן דורכגאנג, מיט אונזער גאנצע קלארע אמונה ), און ווידעראום משה איז געווען א ממשות'דיגער מענטש, צו וועם מען האט געקענט רעדן, מען האט זיך געקענט אויסוויינען, ער האט געמאכט מיט די הענט [אדער מיט די פאטשיילע] און באוויזן וואונדער, מען האט זיך געקענט קריגן מיט אים, עס איז געווען מער צו די האנט, ממילא איז מען געווען זייער אנגעוויזן אויף אים. אבער דאך איז עס שווער, פארוואס פונקט זענען זיי געווען פארגלייבט אין משה דוקא. איך פארשטיי אז זיי האבן געדארפט האבן א מענטש צו וועם צו רעדן, אבער עס מוז דאך נישט זיין משה. דער אויבערשטער קען האבן אסאך שלוחים. דאס גלייבן אין משה פערזענליך איז שוין עבודה זרה. והא ראי' ביי דעם יעצטיגן פראבלעם זענען זיי געלאפן צו אהרן, האבן זיי דאך געוואוסט אז דער נעקסטער אין די רייע איז אהרן, און אז אהרן איז אויך א נביא וואס האט א קאנעקשאן צום אויבערשטן. צו וואס אן עגל?
3) זיי האבן געבעטן: קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו. קודם פארשטיי איך נישט דעם לשון רבים 'ילכו', [זעט אויס אז עפעס איז באהאלטן דא]. אבער דער גאנצער מושג פון עשה לנו אלהים. גוט מאנכע ווילן זאגן אז מען טרעפט אין מקרא אז אלהים ווייזט אויף א גדול, אדער א שטארקער. אבער אביסל שפעטער שטייט אז זיי האבן געטאנצן: אלה אלהיך ישראל אשר העלוך מארץ מצרים. (לב ח). אבער לאמיר דאס לאזן פאר שפעטער. פון ווי קומט צו זיי דער מושג אז זיי דארפן אן אלהים אשר ילכו לפניהם? איז דען איינער געגאנגען פאר זיי ביז היינט? צוויי זאכן האבן זיי געהאט ביז היינט: משה און דער ענן. משה קען ווערן ריפלעיסט ביי א צווייטן. און דער ענן איז נאך דארט געווען. צו וואס דער קעלבל?
4) זיי טענה'ן: כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים לא ידענו מה היה לו. משה האט דאך איינגעמאלדן ווי ער גייט, און דער עולם האט געזען ווי ער גייט ארויף אויפ'ן בארג, פון ווי ער האט קלאר געזאגט אז ער וועט צוריק קומען. דער בארג איז געווען ארום גענומען מיט א וואלקן, און אויפ'ן שפיץ איז געווען א פייער, ווי עס שטייט: ומראה כבוד ה' כאש אכלת בראש ההר לעיני בני ישראל. (כד יז). זיי האבן דאך געזען דעם וואלקן און דער פייער, און עס איז יעצט גארנישט נשתנה געווארן. פארוואס האבן זיי געקלערט אז משה וועט נישט צוריק קומען. מילא ווען דער וואלקן גייט אוועק דער פייער לעשט זיך אויס, און זיי קוקן אויף בארג און מען זעט נישט משה, נו וואלט איך פארשטאנען אז זיי האבן געטראכט אז ער איז פארברענט געווארן, אבער בפשטות אין די פסוקים קוקט נישט אויס ווי ס'איז געווארן א שינוי, פארוואס האבן זיי זיך יעצט אויפגעוועקט אז משה וועט שוין נישט צוריק קומען?
איך וועל שפעטער ממשיך זיין מיט די קשיות על פי סדר הפסוקים, אבער יעצט וויל איך נאר אריין ווארפן א הערה. אז עס קען זיין, אז עס איז נישט געווען אויסגעפלאנט אז משה זאל בלייבן פערציג טעג אויפ'ן בארג. נאר ער איז ארויף אויף אן אומבאשטימטע צייט, און נאך א וואך צוויי זענען די אידן געווארן אומגעדולדיג, און האבן אנגעהויבן צו נעגן אהרנ'ן, ער האט זיי אבער מדחה געווען. און עס איז געווארן מער און מער, ביז דער עולם האט געשטורעמט, אז אהרן האט זיך אונטער געבראכן און געמאכט דעם עגל. דאן האט דער אויבערשטער געזאגט פאר משה: אונז מוז מיר יעצט מפסיק, דו גיי אראפ און נעם קעיר פון דיינע אידעלעך. (בדרך אפשר). אבער די פריערדיגע קשיות ווערן נישט צופיל נשתנה לויט דעם לכאורה.
המשך יבוא אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 07:43 |
|
| |
FREINDS, LET ME ADD THREE MORE PIECES TO THE PUZZLE G-D PRESENTED US WITH
FACT NUMBER ONE: WHEN MOSHE CAME DOWN AND DESTROYED THE EGEL WE DONT FIND THAT HE ENCOUNTERED ANY RESISTANCE. END OF FACT
FACT NUMBER TWO: WHEN HASHEM REPRIMANDS MOSHE ON THE SIN OF THE NATION HE SAYS ..... PLEASE CHECK THE LANGUAG AND COME BACK. I DONT WANT YOU TO HAVE MY INTERPRETATION OF THE VERSE. IT HAS MANY CODES!!! END OF FACT
FACT NUMBER THREE: WHEN MOSHE RALLIED THE ERLICHE JEWS TO COME AND KILL THE OIVDY HAEGEL HE CREID OUT MI LASHEM, EILI- WHO IS WITH HASHEM SHOULD RALLY TO ME.,
END OF FACTS
ASSUMPTION NUMBER ONE LOOSELY BASED ON F#1: THE EGEL WAS MADE AS A REPLCEMENT FOR MOSHE. THEREFORE WHEN THEY SAW MOSHE IS BACK THEY DID NOT NEED IT ANY MORE. IF IT WERE, FOR THEM, A GOD MOSHE WOULD HAVE ENCOUNTERED AT LEAST SOME RESISTANCE. OR IT MAY BE THAT IT WAS A GETCHKELE BUT (1) THEY WERE CONDITIONED TO BE SO AFRAID OF MOSHE THAT THEY DROPPED THE GETCHKE (2) THEY TOOK IT AS A GETCHKE BECAUSE THEY THOUGHT THAT MOSHE AND HASHEM LEFT THEM, SO WHEN THEY SAW MOSHE IS BACK THEY DROPPED IT. BECAUSE IF MOISHE IS HERE HASHEM IS ALSO HERE LIKE UNTIL NOW
ASSUMP #2 BASED ON F #3: IT MAY IMPLY THAT IT WAS HASHEM VS. EGEL- WHICH MEANS THAT THE EGEL WAS MEANT TO REPLACE HASHEM AS THEIR GOD AND THATS WHY MOSHE SAID "WHO IS WITH TEAM HASHEM SHOULD COME TO ME" EOM.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 06:55 |
|
| |
ציגעלע טייערער, איך רוף אן די עגל קארופציע ווייל ס'לייגט מיר זיך נישט אויפ'ן שכל אז דאס איז געווען עבודה זרה, פלעין און סימפל. נאכן באקומען א הכרה און אחדות השם זאל מען מאכן א פיקשער פון א אקס אויף א בלעך און טאנצען א קעדאדזשקע??? וואס גייט דא פאר???
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 06:51 |
|
| |
בילבא ציגעלע האט גוט אפגעטייטשט מיין קשיא, קוק זיין הערה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 03:03 |
|
| |
הרב ביבלא
יישר כח פאר דיין עקספערטיזיזשן אפטייטש, און פאר דיין שיינע הערה פארוואס עס ווערט נישט דערמאנט אין די תורה קיינמאל אלהיך אלץ לשון רבים. סאמטינג טו טינק עבאוט.
איך ווייס נישט אויב דאס איז וואס אני לי האט געוואלט, אבער וויאזוי איך האב פארשטאנען זיין קשיא איז עס אויפ'ן מציאות. דאס הייסט אויב האבן זיי געזאגט אלה אלהיך = די זענען דיינע געטער, איז די קשיא נאך שווערער. בפשטות איז דא געווען נאר איין קאלב, וואס איז דער לשון רבים. און איך האב דאס שוין באמת אנגעמערקט פריער, אז זיי האבן געבעטן 'אשר ילכו לפנינו'.
און דאס ווערט נישט פארענטפערט דורך דעם אפטייטש וואס דו האסט געגעבן. אלנפאלס דער טייטש איז אבער לכאורה ריכטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 02:57 |
|
| |
הרב אני לי
דאס וואס דו האסט אנגעמערקט דעם שפעטערדיגן פסוק לה, איז זייער א גוטע הערה. און דיין השערה דערויף לייגט זיך זייער אויפ'ן שכל. עס קען זיין אז די פאר רודערערס זענען תיכף אויפ'ן פלאץ געשטארבן, צו דורך מטה לוי, צו דורך א פלוצימדיגע מאסן מגיפה ווי 9/11. ווייל דער אויבערשטער האט געמוזט ווייזן א שטארקע אקציע קעגן עבודה זרה. די אנדערע וואס זענען נישט געווען בפועל איוואלווד, אבער האבן דאס נישט אפגעהאלטן, זענען אויך געשטארבן, אבער נישט אזוי בולט, נאר צוביסלעך מיט די צייט.
עס קען זיין אז בשעתו האט מען אפילו נישט אנגעמערקט אז דער איבעריגער עולם איז געשטארבן, נאר די תורה איז אונז מודיע, אז דאס איז געווען וועגן דעם.
אבער איך מוז מעיר זיין אויף דיינע לעצטע ווערטער, וואס ליינען זיך ווי פאלגנד:
2) די וואס האבן נישט מיט-געהאלטן, וואלטן געדארפט עפעס טוען דערצו. איך פארשטיי אז ס'איז גרינגער געזאגט וואו געטוען, אבער למעשה איז דאס אמת, אז מ'טאר נישט שטיין אין די זייט און צוקוקן צו קארופציע. ס'איז דא גענוג וועגן, צו איז דאס במישרים אדער בעיקיפין, וויאזוי צו באהאנדלען ווילדע עלעמענטן.
דא רעדט זיך נישט פון קיין עירוב, מציצה בפה, המודיע וכו' וכו' דא רעדט מען פון עבודה זרה! און נישט סתם נאר פון א נארישע צודרייטע משוגעת. דער עולם טאנצט פאר א קעלבל!! אז איינער קען אין אזא צייט שטיין שטיל, הייסט דאס נישט 'צוקוקן קארופציע', דאס הייסט אז עס ברענט נישט אין אים דער אויבערשטער, עס ברענט נישט אין אים דער אמת, עס ברענט נישט אין אים קיין יושר, עס ברענט נישט אין אים נערמאלקייט. זיי וואלטן געדארפט צווישן זיך צוזאם גרופירן נערמאלע מענטשן, און צוביסלעך אנזאמלען אן עולם און אנפאלן אויף די משוגעים, און זיי אנהאקן די ביינער. אויב האבן זיי דאס נישט געטון, דאן קומט זיי שלעק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 23:54 |
|
| |
HI. AS A SHTIKEL EXPERT IN OLD- HEBREW I WILL BE QUICK TO REPLY THAT YOU ARE ALMOST RIGHT . BECAUSE "ELOIKECHOO" IS THE HEBREW WORD FOR BOTH: YOUR G-D AND ALSO YOUR GO-DS. BOTH SINGULAR AND PLURAL. IT IS HARD TO PROVE IT, OR- FOR THAT MATTERCHECK IT, BECAUSE "GODS" IS NOT A THEME IN TORAH- WHERE THERE IS ONLY ONE GOD SO YOU DONT FIND THAT WORD MUCH. I HOPE YOU CHAP WHAT IM SAYING
YOU CAN EASILY PROVE IT AS IT SAYS AFTERWARD "THESE ARE YOUR GODS, O ISRAEL THAT THRY TOOK YOU OUT , PLURAL- "HELEECHOO" OF EGYPT.
WHICH MAKES IT EVEN MORE DIFFICULT TO UNDERSTAND . THEY HAD HASHEM AND MOSES, NOW THEY DONT FIND MOSES AND THEY DONT MAKE A MOSES, NOT EVEN A NEW G-D BUT NEW GO-DS
LETS BE ASSURED THAT AFTER QUESTIONING THE MATTER SO DEEPLY WE WILL GET TO THE BOTTOM OF THINGS. WE ARE DOING THE RIGHT THING. LETS KEEP IT UP AND KEEP IT GOING.
תוקן על ידי - bilbo22 - 21/03/2006 0:02:43
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 23:06 |
|
| |
שלום לך bilbo22
אלה איז לכאורה א לשון רבים. אלה פאסט זיך אויף משפטים, שמות וכו'. אלהיך איז א לשון יחיד, דיין ג-ט. ס'שטימט נישט דער לשון.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 06:14 |
|
| |
ציגעלע שרייבט: אבער זעט אויס אז שוין דעמאלטס איז געווען א מועט שרייערס וואס האט געמאכט דעם דעת הקהל, ווייל רוב ציבור האט באלאנגט צום סיילענט מעדזשאריטי. (ווי מען זעט טאקע האט דער אויבערשטער גע'הרג'עט נאר א מועט אידן, ווייל אפשר באמת זענען נאר זיי געווען שולדיג).
איך וויל דיר אנמערקן אז אין פסוק לה שטייט ויגוף השם את העם על אשר עשו את העגל אשר עשה אהרן. ס'קוקט אויס אז דא רעדט די פסוק פון א מגיפה אויסער די 3000. ס'קען זיין צוויי זאכן: 1) ס'איז געווען א שטיקעל עולם וואס האט מיט געהאלטן מיט די עגל מאכערס, שטילערהייט, ווייל די וואס האבן אפען מיטגעהאלטן מיט די אנדרייערס זענען דערהארגט געווארן דורך די בני לוי, וועגען דעם האט דער אייבישטער געשיקט א מגיפה אויף די וואס האבן שטילערהייט מיט-געהאלטן. 2) די וואס האבן נישט מיט-געהאלטן, וואלטן געדארפט עפעס טוען דערצו. איך פארשטיי אז ס'איז גרינגער געזאגט וואו געטוען, אבער למעשה איז דאס אמת, אז מ'טאר נישט שטיין אין די זייט און צוקוקן צו קארופציע. ס'איז דא גענוג וועגן, צו איז דאס במישרים אדער בעיקיפין, וויאזוי צו באהאנדלען ווילדע עלעמענטן.
די קשיא'ס וואס די האסט אויפ-געברענגט אויפ'ן מעשה העגל זענען גאר שטארק, האפענטליך וועט זיך אפיר זוכן איינער וועס קען ווארפ'ן ליכט אויף די פרשה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 06:00 |
|
| |
hi. eileh is in old-hebrew "these" . zeh means "this". eileh hamishpatim. . zeh hadovor. eileh shmos. zeh hadovor.............................. and many like these and also eileh elokechoo yisroel. thanx
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 05:48 |
|
| |
קען מיר איינער אפטייטשן אויף פלעין יודיש די טייטש פון אלה אלהיך ישראל? וואס איז דאס טייטש אלה?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 03:55 |
|
| |
אזוי ווי איך האב אנגעהויבן, אז די פסוקים זענען בעצם זייער שווער, ממילא איז שווער עכט צו זען פון דארט וואס איז פארגעקומען.
דו פרעגסט זייער א גוטע קשיא, לכאורה אין די תורה קוקט אויס אז עס איז געווען א גרויסער חטא, און דער אויבערשטער איז געווען ברוגז. פון די אנדערע זייט ווי קומט דאס צו אהרן אז ער האט געמאכט אן עבודה זרה פאר'ן פאלק.
אויב וויל מען, קען מען לערנען אין די ערשטע פסוקים אז אהרן האט זיך פרובירט באמת ארויס צו דרייען, נאר זיי האבן געדרוקט אויף אים. דער פסוק זאגט, "ויקהל העם על אהרן" א לשון וואס קען זיך אויסטייטשן אז דער עולם האט זיך פארזאמלט "אויף" אים, דאס הייסט ער האט געפילט פרעשור פון א מאב.
דערנאך האט ער זיי געזאגט, "פרקו נזמי הזהב אשר באזני נשיכם בניכם ובנתיכם" דאס אז ער האט פארלאנגט אזא טייערע זאך, און פון אלע שטוב מענטשן, ווייבער, זין, טעכטער דאס קען זיך איינטייטשן, אז ער האט געהאפט אפשר איינע פון די וועלן שטעלן א ווידערשטאנד, ס'וועט זיך שוין מאכן פראבלעמען מיט עיכובים. בכלל די גאנצע איידיע אז ער האט געבעטן דזשולערי איז א פאני זאך, זעט אויס אז ער האט געהאפט אז דער עולם וועט זיך כאפן און צוריק ציען.
דערנאך שטייט, "ויצר אתו בחרט ויעשהו עגל מסכה" לכאורה מיינט דאס אז ער האט בכוונה געפארעמט א קאלב. מען קען דאס איינזעצן אז ער האט דירעקט געמאכט א פסל, וואס דער עולם האט דאך קלאר געהערט פון באשעפער'ס מויל אז מען טאר דאס נישט מאכן. אויך איז דאס זייער אבסורד אז מען זאל זאגן אז דער גאלדענער קאלב זאל זיין א מנהיג ישראל. זעט אויס ער האט געהאפט אז צווישן אזא ריזיגן פאלק וועט זיך מאכן אפאר חברה וואס זאלן שרייען, רבותי עטס זענטס משוגע. אבער זעט אויס אז שוין דעמאלטס איז געווען א מועט שרייערס וואס האט געמאכט דעם דעת הקהל, ווייל רוב ציבור האט באלאנגט צום סיילענט מעדזשאריטי. (ווי מען זעט טאקע האט דער אויבערשטער גע'הרג'עט נאר א מועט אידן, ווייל אפשר באמת זענען נאר זיי געווען שולדיג). דא איז אויך אינטערעסאנט, ווייל אין דעם פסוק שטייט אז אהרן האט "געמאכט" דעם קאלב מיט זיינע הענט. שפעטער ווען ער פארענטפערט זיך, טענה'ט ער אז ער האט אריין געווארפן דאס גאלד אין פייער, און עס איז ארויס געקומען א קאלב. 1) ס'איז א סתירה. 2) ס'מאכט נישט קיין סענטס אז פון אריין ווארפן גאלד אין פייער קומט ארויס א קאלב. חוץ ווען דער אויבערשטער מאכט א נס, און דאס איז נישט מסתבר אז דא איז אזוי געווען. אויך זעט מען אז אפילו נאכדעם וואס אהרן האט זיך פארענטפערט, האט משה נישט אנגענומען די פארענטפערונג. ווייל אין דעם פסוק גלייך נאכדעם שטייט ווייטער, "כי פרעה אהרן". דאס הייסט משה האט זיך געהאלטן ביי זיינס.
צום סוף ווען אהרן האט געזען וואס דא טוט זיך, אז דער עולם טאנצט קדוש קדוש פאר'ן קאלב, שטייט דארט, "ויבן מזבח לפניו ויקרא אהרן ויאמר חג לה' מחר" וואס דאס קען מען איינזעצן, אז ער האט גאנץ גוט געוואוסט אז איינמאל דער עולם איז צוהיצט, מען שרייט און מען ווילדעוועט (א שטייגער ווי די שבת שרייערס) קענסטו זיך נישט קעגן שטעלן, ווייל דאן וואלטן זיי געמאכט פון אים א קאלב. ממילא האט ער געבויעט א מזבח, כדי זיי זאלן אים נישט חושד זיין, און נאכדעם האט ער געזאגט, חג לה' מחר, מארגן וועט מען זיך צוזאם קומען צו די אסיפה גדולה.
סא מ'קען אפשר זען אז אהרן האט פרובירט מיט אלע מיטלען, און נישט געהאט קיין ברירה. למעשה דער אויבערשטער האט נישט באשולדיגט אהרן, משה יא, און אין די תורה איז עס געבליבן רעקארדירט אויף אהרן'ס נאמען.
גיי ווייס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 02:21 |
|
| |
if the egel was avodah zara - i.e. a replacement for hashem as a God- aaron should have not created it. and if it was not an A"Z , nu, what was the sin bichlall. but subtotal, it was a sin- a major sin, so it was A"Z
|
|
|
|
|