בית פורומים כל העולם כולו

מסיבות א' שמות = להצלת הקהלה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2006 18:51 לינק ישיר 

לא בחינם האב איך ליב מיין פריינד דרייניץ, ער איז געווען יוצא מגדרו און געספענד אויף א לאנג דיסטענט דיסקאשן, נאר מיך צופרידן שטעלן, דרייניץ, WE ARE NOT GOOD FREINDS FOR NOTHING.

פאר איינעם וואס עס ארט עם לגמרי נישט אז מען שרייט זיי נאך "מסרבים לדין" ספענד איר צופיל צייט, דאס צו פאטרענטפערן, שאול תחתית אין זיין באקאנטע פורים דרשה מאטערט זיך מורא'דיג מסביר זיין אז איר זענט "נישט" מסרבים לדין, ווייל (קענסט אליין אויסהערן דעם טעיפ...), אויב ארט ענק נישט, וואס פארפירט ער אזוינס?, הא?, וואס גייט עם אן אז בערל פריעדמאן, יצחק ראזענבערג, יוסי בראך אן יענקעלע פון היידפארק שרייען עם נאך "מסרב לדין", זאל ער זיך אויס לאכן, עפעס זעהט אויס אז עס קומט עם גארנישט צו לאכן...

דרייניץ, הער מיך אויס, די חזערסט איבער דיינע שטותים ביז דו אליינס הייבסט דאס אן צו גלייבן, האסט אמאל געהערט פון א באגריף "תורה הקדושה", און וועמען איז דאס מחייב?, האסט אמאל געהערט פון רבינו יוסף קארו, און ווייסטו וואס ער פסקעט?, און וועמען איז ער מחייב? די קארו מעמבערס?, האסטו אמאל געהערט פון א ב"ח פון א ש"ך, פון א רמ"א, פון אזא זאך וואס הייסט ביי אידן שלחן ערוך? און וועמען זענען זיי מחייב? הא?, דרייניץ, דער אודווארי רב מיט זיין פסק איז יעדן מחייב, ווייסט פארוואס?, ווייל דאס איז נישט קיין דין תורה פסק, דאס איז א שלחן ערוך הלכה, א תורה'דיגע הלכה, און דו מיט דיינע אינטערגעקויפטע רבנים קענען דאס נישט טוישן, "וזאת התורה לא תהא מוחלפת" די תורה איז א ניצחית, און ווער עס זאגט אנדערשט איז א "מגלה פנים בתורה שלא כהלכה" און "אין לו חלק לעולם הבא".

דרייניץ, ענקער ווייטאג איז אז טראץ ענקערע נאכשלעפערישע דיינים'ס פסק, האלט די גאס קלאר אז איר זענט די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, ווייסט פארוואס זיי האלטן אזוי?, ווייל איר אליינ'ס האט כסדר געשריגן אז איר "דארפט" נישט גיין צו דין תורה, שאול תחתית אליין, בעפאר ער האט געטוישט זיין ניגון, האט כסדר געלאכט פון דין תורה, ער האט געשריבן א בריעף אז כאטשיג ס'איז געווען א שטיקל צייט וואס איר האט יא געקענט באשטיין צו גיין צו דין תורה, (מיט אייערע באגרענעצטע תנאים,) איז דאס שוין לאנג בטול ומבוטל און איר ווילט נאר גיין צו אייערע דיינים, וואס דער פארלאנג האט אייך געמאכט צו שאנד און צו שפאט, ללעג ולקלס ביי יעדן איינעם, האט איר שוין אמאל געהערט אז ראובן הט א סכסוך מיט שמעון און ער רופט עם צו דין תורה און שמעון ענטפערט אז ער איז גרייט צו גיין צו דין תורה נאר דער דיין דארף זיין זיין אייגענער ארבייטער, הישמע כזאת?,

דרייניץ, רבי ישראל חיים איז פסול צו פסק'ענען די דין תורה, על פי תורה, על פי שלחן ערוך, יעדער נישט אינטערגעקויפטער רב האלט אזוי, ס'איז נישט קיין דבר התלוי במחלוקת, עס איז קלאר ווי דער טאג, אז ער איז פסול, נישט יענקעלע פון היידפארק האט עם געפסלט, נאר די תורה הקדושה, דער שלחן ערוך האט עם געפסלט, על כן איז א שאד יעדעס ווארט, איר מיט נישט וועלן זיך אהער שטעלן צו דין תורה זענט איר "מסרבים לדין" און אייערע בכיות וטענות וועט אייך דעם פלעק נישט אראפ נעמען, SORRY...

אגב, בנוגע אינטער שרייבן די שטרי בירורין,  איז ענקער שקר נתגלה געווארן, ועל דא קא בכינא, אויף דעם וויינט ער נעבעך דער שאול תחתית, ענקער נאך שלעפער הר' משה מנחם (כבודו במקומו מונח), האט געהערט קלארע דיבורים, און באקומען בכתב, אז אויב וועט דער בית דין פארלאנגען פון קרית יואל''ער רב שליט"א אינטער צו שרייבן די שטרי בירורין וועט ער דאס אינטער שרייבן לפנים משורת הדין, און דער חצוף דער שאול תחתית שעמט זיך גארנישט, און לויפט ארום שרייען אז ער דארף אביסל טינט פון קרית יואלער רב, טינט דארף ער? בלוט דארף ער !!!, והנה דמו נדרש !!!, שאול, ווי זאל ער אינטער שרייבן, אדרבה ברענג א שטרי בירורין פון א בית דין מיט א פארלאנג פון א בית דין ער זאל אינטער שרייבן וועט ער גלייך אינטערשרייבן,

בכלל, שאול, ביסט א פאלנער עם הארץ, דער נתבע איז נישט דער וואס פארלאנגט אינטער צו שרייבן שטרי בירורין, דאס איז די אויפגאבע פונעם בית דין, שאול, אפשר ווילסטו גאר ארויס געבן דעם פסק דין אויך?, זאג נאר שאול, האט שוין דיין רבי, דער מונקאטשער רבי פון בארא פארק שליט"א,  אינטער געשריבן די שטרי בירורין, וואס איז דען? אז דו פארלאנגסט פון רבי אהרן שליט"א ער זאל אינטער שרייבן די שטרי בירורין, נאר ווייל רבי בערל פריעדמאן שליט"א איז זיינס א חסיד, נו, אויב אזוי איז נאר יושר אז "דיין" רבי דער מונקאטשער רבי שליט"א זאל אויך אינטער שרייבן, און איך האב שיעור נישט פארגעסן דיין אנדערן רבי, דער בעלזער פון ירושלים, לויט ווי איך הער האט ער נאך אויך נישט אינטער געשריבן...

דרייניץ, זייענדיג אזוי אנגעצויגן פון דעם העכסט סוקסעספולן אלף שמות, כאפסטו נישט אז דו שפרינגסט פון ענקער אויסגעזויגענע טענה אז איר "דארפט נישט" גיין צו דין תורה, צו די נייע טענה אז איר זענט גאר די וואס פארלאנגען צו גיין צו דיו תורה, און רבי אהרן איז דער וואס וויל נישט, דרייניץ, זעץ דיך אראפ, כאפ א טיפן אטעם AND MAKE UP YOUR MIND, איז ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ענק מחייב, און אויב יא, פארוואס ווילט איר נישט קומען צו דין תורה?, און אז איר ווילט נישט קומען, פארוואס טיט אייך אזוי וויי אז מען שרייט אייך נאך "מסרבים לדין", דאס איז דאך די טייטש פון מסרבים לדין, מען וויל נישט גיין צו דין תורה, און איר האט דאך כסדר מודה געווען אז איר ווילט נישט גיין צו דין תורה, נו, ומה כל הרעש הזה???,

דרייניץ, אויב האט איר זיך געטוישט די מיינד, און באשלאסן זיך צו ברעכן, און זענט שוין "יא" גרייט צו גיין צו דין תורה, זיי אזוי גיט לאז מיך וויסן ווער ענקרע בוררים זענען, און LETS GO TO WORK, דרייניץ, די צייט איז קורץ, אט אט איז MAY  5, און דאן וועט שוין זיין צו שפעט, איר וועט זיין א צועק לשעבר און קיינער וועט זיך צו אייך נישט צו הערן, ס'וועט זיין א קול קורא במדבר, דרייניץ, THE TIME IS NOW...

דרייניץ, אויב האסטו א כתב פון נעווארדיקן  בית דין אז איר דארפט נישט גיין צו דין תורה, וואלט איך דאס זייער געוואלט זען, און אויב ווייזטו דאס נישט איז א סימן אז דו ביסט דער זעלבער שקרן ווי דיין לידער דער שאול תחתית...









דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 18:53 לינק ישיר 

איך אפעליר צום עולם דא אויף דעם פורום
ביטע נישט זיך טעהנען אויף די בויך קרעמפן פון יענע פורום ווער עס וויל זאל גיין שרייבן אויף יענע פורום
מען דארף עס איגנארירן
ווער עס וויל קען דא שרייבן און דא צוריקענטפערן
מיט דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 19:26 לינק ישיר 

יענקעלע A1

דא האסטו נאך פון דרייניץ

DRYNITZ

FYI רב טירנויער האט פארגעלייגט ווער אונזער בורר איז, אויב זאלען ענק נאכקומען די תנאים איז אונזער בורר הגה"צ ראב"ד דקהלתינו שליט"א.

און יא די קענסט שרייען הונדערט מאל אז מיר זאלען אויסוועלען בוררים, דאס איז אונז נישט מחייב דיר איינצומעלדען ווער אונזער בורר איז. מיר וועלען זיך נישט זעצען צום טיש מיט די הולכי לערכאות איידער די מינימאלע תנאים ווערען נאכגעגעבען, און איינע פון די תנאים איז א התחייבות פון ר' אהרן אונטערצושרייבען שטרי בירורין, דאס איז א תנאי קודם למעשה, איידער מיר זעצען זיך צום טיש מיט אייך.

די אלע תירוצים פון לישע אז בית דין זאל אויף דעם דן זיין איז נישט מער ווי א פוילער תירוץ זיך ארוסיצודרייען פון קומען צו דין תורה, מיר האבען אלע רעכטען ווען איר פארלאנגט פון אונז לפנים משורת הדין מיר זאלען גיין בזבל"א זיך אויסצונעמען תנאים, און דאס איז א תנאי וואס יעדער פארשטייט די נויטוועדיקייט דערפון.

פאטאקי08

אז דיר געפעלט עס נישט מיזטו עס נישט ליינען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 19:33 לינק ישיר 

יענקעלע, א הארציגן ישר כח, פארן שפארן מיין צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 19:36 לינק ישיר 

איך האלט אז מ'דארף נישט ענטפערן קיין שום שאלה פון סיי וועמען, ביז ווען די זאליס ענטפערן נישט די פאלגנדע צוויי פראגן:

1) וויאזוי האט שאול פערלשטיין זיך כסדר אויפגעשטעלט מיט א בלעכענעם פנים אז די אהרונים זענען מחוצפים פארן רבי'ן", ווען ער האט קלאר געוואוסט, וואס יעדער ווייסט שון לאנג און יעצט האט עס יעדער אליין מיטגעהאלטן, אז כ"ק רבינו שליט"א איז בעוה"ר נישט אין קיין מצב פון מאכן באשלוסן ?!

2) וויאזוי וואגט זיך דער עזות פנים שאול פערלשטיין צו גיין מצער זיין דעם רבן של ישראל, און טראץ וואס ער זעט קלאר אז דער רבי כאפט נישט וואס דא גייט פאר, זאגט ער איבער און איבער אז דעם רבי'נס בעסטע פריינט ווי ר' בערל פרידמאן, ר' שמואל אבערלענדער, ר' אלישע הורוויץ, אא"וו, ווילן אים צוברעכן ?! וואס האט ער געהאט דערפון אויסער מצער זיין און פייניגן דעם רבי'ן ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 20:35 לינק ישיר 

יענקעלע היות אז דרייניץ ענטפערט דיר ענדערשער פון מיר ביטע פרעג אים ווי פאלגענד ווען ער שרייבט אז הריח"ם פר"מ שליט"א איז זייער בורר מיינט עס אז "זיי" מעלדן ווער "זייער" בורר איז, אדער מיינט עס 'אויך' אז וויבאלד הריח"ם פר"מ שליט"א איז זייער בורר, 'פאדערן ' "זיי" ווער "אונזער" בורר זאל זיין, אז עס זאל זיין הר"ג בערקאוויטש שליט"א [אזויווי הרמ"מ טירנויער שליט"א האט שוין מיט זיין גרויס חכמה געמאלדן ווייל מיר האבן קיין פראבלעם ווען "זיי" נעמען "זייער" בורר, אבער מיר האבן יא א פראבלעם, ווען "זיי" קלייבן אויס "אונזער" בורר, בפרט ווען הרב בערקאוויטש האט שוין קלאר געמאלדן אז ער האלט נישט דערביי, און ער האט זיך נישט פאר דער גרעסעטער שפעציאליסט אין בוררות, שוין אפגערעדט אז פאר די זעלבע סיבה וואס מיר ווילן נישט קיין איינגעשטעלטע ווילן מיר נישט קיין איינגעשטעלטע איז יענקעלע, ביטע פרעג עס מר. דרייניץ, אויב זיי ווילן הריח"ם פר"מ שליט"א אפילו אויב מיר נעמען איינע אדער ביידע פון הר"מ זילבער שליט"א און /אדער הר"מ בראנדסדארפער שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 23:01 לינק ישיר 

פאקטיש,
ווי מער איך ליין דרייניץ'ס תגובות, כאפ איך מיך, אז ער איז א פאלנער עם הארץ, לולי דמיסתפינא, וואלט איך געזאגט אז דאס איז גאר דער טשיף קארדינאל בכבודו ובעצמו, (כבודו במקומו מונח), ער ווייסט בכלל נישט די טייטש פון בורר, שטרי בירורין, דין תורה, שלחן ערוך, וכו', ער קען לגמרי נישט קיין לשון הקודש, ער פלאפעלט נאר נאך וואס זיינע אויבערהארן הייסן עם שרייבן, און ס'מיז נישט שטימען צום ענין, ער פארשטייט נאר, קארדינאל, טשיף ראביי, וכו',

איך האב שוין אמאל זייער שיין באשריבן די נגיעות פון ר' ישראל חיים מנשה, אויף דעם אלטן פורום ז"ל, פאר ס'איז אומגעקומען על קידוש השם, מיט אזא ביטערע אכזריות, וחבל על דאבדין,

דרייניץ שרייבט איבער זיינע שקרים נאכאמאל און נאכאמאל, האפענדיג אז אולי ואולי וועט דאס קלעבן, דרייניץ, דאס וואס דו שרייבסט אין נאמען פון רבנים מפורסמים איז מלא שקר, הגאון האדיר הגרי"י פישער ראב"ד ירושלים זצ"ל האט דאס קיינמאל נישט געשריבן, יעדער אין ארץ ישראל ווייסט אז הגר"י פישער זצ"ל, קודם פטירתו איז נעבעך געווען אין א מצב ווי אונזער באליבטער רבי שליט"א איז ליידער בעוונותינו הרבים די לעצטע פאר יאר, און  אז פרויעקע שטערן איז שוין לאנג אין זעלבן מצב ווי משה גבאי איז דא ביי אונז די לעצטע 50 יאר (א שקרן וכזבן און א זייפן אן קיין שום בושה), ווידער גאב"ד "קהילתכם" און דייני "קהילתכם", זענען אקאראט דאס, ענקערע דיינים, און ס'איז נישט קיין פראגע אז זיי זענען פסול לדון אין דעם סכסוך, אין לך "נוגע בדבר" גדול מזה,

עס ווערט דערציילט, אז דער היילגער ש"ך ז"ל האט אמאל געהאט א סכסוך מיט א בעל הבית אין זיין שטאט, און יענער האט עם גערופן צו דין תורה, האט יענער געזאגט, רבי איר זענט דאך באקאנט דא אין שטאט אלץ דער הייליגער ש"ך און יעדער קען אייך אלץ גרויסער צדיק, אלזא האלט איך אז די רבנים וועלן מצדד זיין לטובתכם, דעריבער האלט איך אז מיר זאלן גיין צו א שטאט ווי מען קען אונז נישט, און דארט זאל זיין די דין תורה, דער ש"ך האט איינגעזען די ריכטיגע טענה פונעם תובע און האט באלד מסכים געווען, וכך הוה, זיי זענען געפארן צו א בית דין פון א אנדערע שטאט און דארט געהאלטן די דין תורה, די דין תורה איז געווען זייער היציג, סיי דער תובע און סיי דער נתבע האבן אראפ געגעבן זייערע טענות פארן בית דין מיט טעמים ונימוקים פארוואס זיי זענען גערעכט, לבסוף ווען עס איז ארויס געקומען דער פסק פון בית דין האבן זיי רעכט געגעבן פארן תובע אקעגן דעם נתבע, דער ש"ך, דער ש"ך האט געפרעגט דעם בית דין מהיכן דנתני, האבן זיי גענטפערט דעם טעם פארוואס זיי האבן אזוי געפסקעט, דער ש"ך זייענדיג דער שר התורה וואס ער איז געווען, זאגט רבותי די סברה איז א אייגענע געבויטע סברה און ס'האלט נישט אויס, ווי האט איר געזען די דאזיגע סברה? האט ער זיי געפרעגט, ענטפערט דער ראש בית דין, אז לעצטענס איז ארויס געקומען א ספר פון א גאון עולם וואס הייסט שפתי כהן פונעם גרויסן גאון דער ש"ך, וואס דאס איז געוארן אנגענומען להלכה פון אלע בתי דינים, און דארט ווערט געברענגט די דאזיגע סברה, שרייט אויס דער הייליגער ש"ך, אז יעצט פארשטייט ער וואס עס הייסט "כי השוחד יעוור עיני חכמים", ער אליין, דער אויף טוהער פון די סברה ווען ער האט נישט געהאט קיין נגיעה, האט אזוי געפסקעט, און יעצט, ווען ער איז א צד צו די דין תורה, ווען ער האט א נגיעה, האט ער גאר געהאלטן פארקערט, א מורא'דיגער מוסר השכל.

איך האב שוין אמאל געברענגט וואס דער רבי זי"ע ברענגט אין ויואל משה, (איך שרייב יעצט פון זכרון נאר בערך) בענין סנדל המסומר, ווי חז"ל פסק'ענען א פסק און שרייבן צו, אז אפילו אליהו הנביא וועט זאגן אנדערש, לא תשמעו לו, זאל מען עם נישט פאלגן, מורא'דיגע, מורא'דיגע ווערטער, אפילו אליהו הנביא'ן זאל מען נישט פאלגן אויב זאגט ער פארקערט, פרעגט דער רבי א געוואלדיגע קשיא, היתכן מען איז אזוי מבזה אליהו הנביא, חז"ל האבן דאך געקענט שרייבן אז די הלכה איז כך וכך, און אפילו אליהו הנביא וועט נישט אנדערשט פסק'ענען, פארוואס האבן חז"ל געשריבן מיט אזא פחיתות הכבוד פאר אליהו הנביא, ס'איז דאך זיכער אז אליהו הנביא וועט נישט פסק'ענען בניגוד להלכה, ענטפערט דער רבי זי"ע אזוי, אמת, אליהו הנביא וועט זיכער נישט פסק'ענען בניגוד להלכה, אבער אויב וואלטן חז"ל געשריבן מיטן לשון אז אפילו אליהו הנביא וועט אנדערשט נישט פסק'ענען, וועט חלילה שפעטער לדורות ארויס קומען א געוואלדיגן מכשול, עס וועט קומען א דיין וואס מען וועט עם האלטן אלץ ערליכען איד, א חשובער רב, א דיין, און ארויס קומען מיט א פסק בניגוד להלכה, א פסק ווי יעדער וועט וויסן אז ער איז משוחד, ער איז בלינד, אבער די תמימי לב וועלן זאגן, אז דער דיין זאגט, מסתמה ווייסט ער וואס ער טוהט, ער איז דאך א צדיק, זיין שמונה עשרה געדוירט דאך איבער א האלבע שעה, מען טאר זיכער נישט רעדן אויף עם, ער וועט זיכער נישט טוהן אקעגן די הלכה, האט אונז חז"ל געוואלט לערנען א קאפיטל אין  "פסק הלכה" אז אפילו דער דיין איז אזוי גרויס ווי אליהו הנביא, טאמער זאגט ער א פסק נגד ההלכה, לא תשמעו אליו, געוואלדיג, געוואלדיג...

דרייניץ, איך גיי נישט אריין צו ר' ישראל חיים מנשה מיט זיינע אזוי גערופענע חברי הבית דין זענען צדיקים צו נישט, אבער אפילו לו יהא זיי זענען גרויסע צדיקים, אזוי גרויס ווי אליהו הנביא, זאגן אונז חז"ל, לא תשמעו אליהם, דרייניץ, די ביסט דאך מודה אז זיי זענען "דייני קהילתינו" און דאס אליין פסל'ט זיי, זיי קענען זיין די גרעסטע צדיקים אויף די וועלט, און אפילו שמעון מאיר לאנדא מיט ר' אברהם לייטנער זאגן אז זיי זענען יא כשר צו פסקענען, זאגן נאך אלץ חז"ל אז נישט.

דרייניץ, גיין צו דין תורה איז נישט לפנים משורת הדין, גיין צו דין תורה איז א חיוב על פי דין, אן קיין תנאים, אן קיין קינצן און אן קיין פשעטלעך, און די אהרונים זענען גרייט צו גיין צו דין תורה צו א בית דין המרוצה "לשני" הצדדים, און די זאלונים זענען די וואס ווילן נישט, און אויף לשון קודש הייסן די זאלונים "מסרבים לדין", און די אהרונים הייסן הולכים לערכאות בהיתר גמור.

 כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 01:06 לינק ישיר 

יענקעלע A1

גיט און צו דערזאך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 01:24 לינק ישיר 

איך וויל ווידערהאלן מיינע פריערדיגע ווערטער:

איך האלט אז מ'דארף נישט ענטפערן קיין שום שאלה פון סיי וועמען, ביז ווען די זאליס ענטפערן נישט די פאלגנדע צוויי פראגן:

1) וויאזוי האט שאול פערלשטיין זיך כסדר אויפגעשטעלט מיט א בלעכענעם פנים אז די אהרונים זענען מחוצפים פארן רבי'ן", ווען ער האט קלאר געוואוסט, וואס יעדער ווייסט שון לאנג און יעצט האט עס יעדער אליין מיטגעהאלטן, אז כ"ק רבינו שליט"א איז בעוה"ר נישט אין קיין מצב פון מאכן באשלוסן ?!

2) וויאזוי וואגט זיך דער עזות פנים שאול פערלשטיין צו גיין מצער זיין דעם רבן של ישראל, און טראץ וואס ער זעט קלאר אז דער רבי כאפט נישט וואס דא גייט פאר, זאגט ער איבער און איבער אז דעם רבי'נס בעסטע פריינט ווי ר' בערל פרידמאן, ר' שמואל אבערלענדער, ר' אלישע הורוויץ, אא"וו, ווילן אים צוברעכן ?! וואס האט ער געהאט דערפון אויסער מצער זיין און פייניגן דעם רבי'ן ?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 01:51 לינק ישיר 

בא ללמד,
נאך צוויי מאל פרעגן, דארף איך שוין ענטפערן,
דו וואונדערסט דיך טאקע?,
איז דאס דיר באמת שווער?,
וואס הייסט פארוואס?
און וואס הייסט וויאזוי?
דער שאול תחתית, איז א באקאנטער שונא פארן רבין,
א חצוף מחוצף מקדמת דנא,
ער האט אלץ פיינט געהאט סאטמאר און דעם רבין,
כסדר געשאלטן דעם סיגוטער מיט קללות נמרצות,
ליגענט איז ביי עם גארנישט,
ער קוועלט יעדעס מאל ווען ער שטעכט דעם רבין,
מען האט געקענט הערן מיט וואס פאר א שמחה דער שייגץ
האט געזאגט "איך האב דאך שוין געזאגט פארן רבין"...
און ווען דער רבי איז שטיל געווען אר איין מינוט,
און ס'האט אויסגעזען אז דער שמועס איז פארטיג,
האט ער ווייטער אנגעהויבן, ווארטענדיג אז דער רבי
זאל עם נאכאמאל איבער פרעגן "ווער זענען דעי מענטשן" הא?
און מיט א אפענע פרייד האט ער ווייטער געצויגען דעם שמועס,
"דער רבי ווייסט דאך...  די פון קרית יואל...

בא ללמד, די קשיא איז נישט אויף דעם מחוצף, דעם אפענעם שונא,
וואס האט ער דען מיטן רבין, וואס פאר א פליכט האט ער בכלל פארן רבין,
דער רבי איז דאך ביי עם א פרעמדער מענטש,
די קשיא איז נאר אויף דעם בן השלישי, וואס מאכט זיך ווי א תם,
און שטויסט ווי א מועד, עס איז קלאר פארוואס ליפא (אלץ דער בן השני)
האט איבערגעגעבן דאס רבנות פאר זלמן לייב (דער בן השלישי)
וואס איז, ער קען נישט אזוי פיל לערנען ווי ער?
נאר ליפא ווייסט דעם אמת, אז נאכן חכם, (בן הראשון)
קומט דער רי"ש שי"ן עיי"ן (בן השני)
און ערשט דערנאך דער תם (בן השלישי),
און ליפא ווייסט דעם אמת, אז דער בן השלישי איז פיל מער רשע פון עם,
על כן האט ער עם איבערגעגעבן זיין פלאץ.
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 05:30 לינק ישיר 

מען קען הערן ר' אלישע האראוויץ דרשה אויף קול סאטמאר 2129907303#2
 עס לונט אויסהערן ביזן סוף.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 06:25 לינק ישיר 

אלףשמות:

איך דארף א תירוץ אויף א אנדערע קשיא,


פארוואס קומט עטץ (זאליס) נישט צו די"ת?

אלע זאלי חכמים האבן מיר שוין געטרייעט צו ענטפערן
איך בין אבער נישט צןפרידן פון קיין איין תירוץ.

עס גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 18:48 לינק ישיר 

אלף שמות
וואס הייסט ס'איז דיר נישט אריין אין קאפ

מיר איז עס יא אריין אין קאפ און כולם פה אחד אמרו שוין הונדרעט מאל


"איך ציטער צו גיין צו דין תורה"

אין קארט האב איך גרעסערע טשענסעס

פינטל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסיבות א' שמות = להצלת הקהלה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.