היינט איז אנגעקומען די ענטפער פונעם בית המשפט אין מדינת ישראל, נאכדעם וואס מענדל וואלארשטיין האט אריינגעגעבען א קאלאגע אין די ציוניסטישע ערכאות קעגן די ערי' בני ברק, פאר געבן די פערמיט צו בויען די נייע בנין אין שיכון קרית יואל בני ברק, צוזאמען מיטען מעכטיגער נייער היכל התורה.
די זאליס האבן "דערווייל" געהאט א פראבלעם צו ריפען די הנהלת המוסדות בראשות רבי משה חיים ווייס שליט"א אינעם ציוניסטישען געריכט, ווייל גלייך וועלן ארויסקומען די בתי דינים אין בני ברק ווי הרב קארעליץ הרב וואזנער רבי משה לאנדא וכו' מיט שרייעדיגע סירובים און התראת בית דין, זענען זיי אויפגעקומען מיט א טירק זיי וועלן ריפן די ערי' אין געריכט דאס איז מעג מען, אין די ערי' וועט שוין אריין שלעפען רבי משה חיים ווייס שליט"א.
די לויער פון וואלערשטיין- אין ר' חיים הערשלע האבן געשיקט צו די בית המשפט א קלאקע שרייבענדיג אז די ערי' בני ברק האט נישט געהאט קיין רעכט צו געבן א פערמיט פאר רבי משה חיים ווייס שליט"א צו בויען די לאט.
די ערי' האט גענטפערט פאר די בית המשפט אז זיי געבן שוין פערמיטס פאר רבי משה חיים ווייס שליט"א שוין 30 יאר און ער האט די ליגאלע פאפירן, און זיי ווייסן נישט ווער דער וואלארשטיין איז, ממילא אז זיי האבן עפעס א טענה זאלן זיי ריפען רבי משה חיים אין קארט, און נישט זיי.
דארנערשטאג האט האט די בית המשפט גענטפערט פאר וואלערשטיין - ר' חיים הערשלע אז זיי האבן עפעס א טענה זאלן זיי ריפען רבי משה חיים ווייס שליט"א אין געריכט, און נישט די ערי'.
יעצט איז שאך- מאט פאר די זאליס אין דער שאס האבן זיי געכאפט.
און דערווייל דאנקן סאטמאר חסידים דעם רבשו"ע אז ער מאכט ציונישט די פלענער פון די רשעים, און די פארגאנגענע וואך זינטאג האט דער ציבור געזעהן מיט די אויגן ווי די טראקטארס האבן שוין אנגעהויבען צו גראבן די גריב אפען נייעם לאט, ווי די ארבעט גייט אן מיטן פולסטן בעזהשי"ת
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 21:40:05
נשלח ב-20/3/2006 19:31
נו שור'ל קענסט נישט ברענגן דוקומענטן הא הא
נשלח ב-20/3/2006 08:02
אקס אן דאקומענטן ביזטו גארנישט ווערט
האסט פארשטאנען
נשלח ב-20/3/2006 06:27
איז דא איינער וואס באקומט די זאליס מעסידשעס?
איינע זאגט מיר אז זיי האבן געשיקט אז זיי האבן היינט געווינען און ב"ב
נשלח ב-20/3/2006 04:44
והלא הדברים קל וחומר, מה דאך ווען יוסעלע 90 רעדט יא, מיינט דאס גארנישט, כל שכן ווען ער רעדט נישט, מיינט דאס א ודאי גארנישט.
נשלח ב-20/3/2006 03:52
יוסף90 שרייבט אזוי כא כא כא
באטרא
איך וועל זיך האלטן אונטער מיין פאליסי און נישט רעדן פון די בני ברק'ער געריכטליכע אנגעלגענהייטן.
איך וועל נאר זאגן איין פוינט אז די היינטיגע דעסיזשן און געריכט איז געווען א מעכטיגן שאס פון די אהרונים, און די "עירי'ה" איז שאקירט פונעם פסק, ווען אלע זייערע טענות זענען אפגעווארפן געווארן.
נשלח ב-20/3/2006 00:12
ניין, איך גיב יא קרעדיט פאר די זאלונים, גראדע ארבייטן זיי אצינדער דא זייער קלוג, ס'איז לית מאן דפליג, אז די זאלונים האבן נישט אין בני ברק קיין מנין אנהענגערס, זיי זענען גארנישט און האבן גארנישט, ווידער איז יעדער מודה אז אין ירושלים האבן די אהרונים אסאך אסאך מער ווי די זאלונים האבן אין בני ברק, איז זייער קלוג פון זיי צו לייגן פרעזשער אין בני ברק ווי זיי גייען במילא נישט פארלירן גארנישט (ווייל זיי האבן דאך גארנישט), און האלטן די אהרונים ביזי מיט בני ברק, און בין כל ובין כך פארגעסן פון ירושלים, און איך מיז מודה זיין אז לעת עתה זענען זיי מיט דעם גאנץ סוקסעספול...
עס איז דאך קיין שום ספק נישט אז די זאלונים האבן נישט גענוג מענטשן אין בני ברק אנצופילן א ד' על ד' צימער'ל. איז פארוואס האבן זיי אפילו אנגעפאנגען צו רודערן דארט?
לאמיר אלע יעצט ווארטן מיט שפאנונג צו זען אויב די זאליס וועלן גיין אין געריכט קעגן די הנהלת הקהלה?
איך קען קוים ווארטן...
תוקן על ידי - ווארהייט - 19/03/2006 23:07:57