אוקירו לנשייכו - כבוד אשתו
אזוי ווי הרב ביבלא האט מעורר געווען אין אן אנדערן אשכול מען זאל שרייבן וועגן מדות והתנהגות, וועל איך זיין דער מתחיל במצוה.
באמת וואס איך וויל שרייבן באציט זיך נישט דוקא צום קעפל, עס האט נאך פרטים אויך, ממילא קען מען ענטפערן אפילו אויף זייטיגע זאכן וואס זענען פארבינדן מיט וואס איך שרייב. דעם קעפל האב איך נאר גענוצט עס זאל כאפן.
עס איז אן אפטע ערשיינונג אז א מענטש בארעדט איינעם פון זיינע נאנטע פאר א צווייטן, ווי למשל, זיין טאטע, מאמע, געשוויסטער, ווייב, משפחה, חסידות וכו'. אבער סוף כל סוף דעם וועם ער בארעדט איז נאנט צו אים, און ער האט געפילן פאר יענעם. און טאקע ווייל מען שפירט זיך באקוועם און נאנט צו יענעם, האט מען נישט מורא אים צו בארעדן, ווייל מען ווייסט אז עס פארמינערט נישט פון וואס יענער איז באמת, אפילו איך רעד וועגן א געוויסן פעלער וואס יענער האט.
פון די אנדערע זייט, אויב דו וועסט קומען צו אים און בארעדן דעם זעלבן מענטש וועם ער האט אמאל בארעדט, וועט ער ווערן ברוגז אויף דיר. פארוואס? ווייל דו האסט נישט די ווארעמע געפילן צו יענעם, און דו בארעדסט יענעם מיט א שפאט און חוזק. און דאס וויל ער שוין נישט.
כלפי מאי דברים אמורים. אז איך וועל אמאל רעדן פון מיין ווייב'ס חסרונות צו א חבר, איז עס נאך נישט געפערליך, ווייל נאך אלעם איז זי מיין ווייב, און מיט אירע חסרונות וויל איך נאך אלץ זיין מיט איר. און צומאל מיינט דאס זיך אויסשמועסן, ווייל איך וויל הערן אן עצה וויאזוי איר צו העלפן ארויס קריכן פון די חסרונות. דאס מיינט אבער נאך נישט אז יענער קען נאכדעם קומען צו מיר און בארעדן מיין ווייב'ס חסרונות (ווען ס'איז נישט אין פארעם פון אן עצה, נאר סתם א נעגאטיווע קאמענט). דאס באדערט געפערליך. דאס זעלבע איז שייך אויב איינער זאל בארעדן מיין טאטן, צו איינע פון מיינע אנדערע נאנטע.
ספעציעל מיט א ווייב איז די זאך אביסל מער סענסיטיוו. מענער שטאלצירן זייער מיט זייערע ווייבער. דאס איז די סיבה פארוואס מענער האבן ליב ווען די ווייבער טוען זיך אן שיין ווען מ'גייט ארויס צוזאמען אויף די גאס. איי וואס גייט דיך אן, ס'איז דאך אין גאס, ס'איז פאר יענעם נישט פאר דיר. אבער אזוי איז עס, יעדער מאן וויל אז אנדערע זאלן זען אז ער האט א שיינע ווייב. ער וויל מען זאל האלטן אז ער האט גוטע שלום בית, א ווייב וואס רעספעקטירט אים וכו' וכו'. ממילא אויב שפירט ער די מינדעסטע דערנידערונג בליק פון זיין חבר אויף זיין ווייב, וועט עס אים וויי טון.
ממילא טייערע חברים וידידים, זייט זייער נזהר ווען דו רעדסט צו דיין חבר. בארעד נישט צו אים איינע פון זיינע נאנטע, כל שכן נישט זיין ווייב.
נ.ב. איך ווייס אז דאס איז א טעמע וואס נישט יעדער רעדט, אבער אם אין אני לי מי לי (אאאאפס איך האב אוועק געכאפט איינעמ'ס נאמען), אז נישט איך וועל רעדן, ווער וועט רעדן.
 |
|
|