| נשלח ב-21/3/2006 05:54 |
|
| |
פלוצימדיגער שלום געיעג
איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וואס עס איז פלוצלונג געשען, אז פון אלע זייטן האט מען מיטאמאל אנגעהויבן רודפ'ן די אהרונים אז מען זאל מאכן א "שלום" ?!
אנגעהויבן מיט די "פשרה" פארשלאג פון שאול פערלשטיין, וואו ער מעלדט אז ער איז גרייט נאכצוקומען אונזער אלטן פארלאנג פון צוטיילן לויט פראצענט [כאטש וואס די טערמינען זענען פארט נישט געווען קיין נארמאלע, איז עס פארט א נייער שפראך].
נאכגעפאלגט מיט א טעלעפאן קאל פון ר' אברהם לייטנער צו ר' אלישע הורוויץ.
יעצט הער איך אז עס מבול'ט ממש מיט פארשלאגן פון האראדענקא, פון ר' טורדוס זילבער, און נאך און נאך, וועלכע זענען אלע אויפאמאל געווארן אויסערגעווענליכע "רודפי שלום"...
איז אראפגעקומען דעם ר"ח אדר עפעס א גייסט פון שלום אויף דער וועלט ?! באדייט דאס אז עס דערנענטערן זיך די ימות המשיח ?!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:50 |
|
| |
ווען נישט יענקעלע וואלט איך שוין לאנג נישט געפענט היידפארק
כה לחי!!!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:48 |
|
| |
יענקעלע
איך לשעצמי זעה איך נישט מ'זאל זיך אמאך אראפ זעצן פארהאנדלן און איך האב עס שוין אפאר מאל געשריבן, אלעס וואס איך שרייב איז פשוט FOR THE SAKE OF ARGUMENT, איך זעה נישט ווי אזוי די זאליס זאלן איינגיין אויף עפעס ווייניגער ווי אינגאנצן שחט'ן ר' אהרן, אפי' די PROPOSAL וואס איך האב ארגינעל געשריבן, וואס האט אויסגעקוקט זייער GENEROUS, וועלן זיי אויך קיינמאל נישט איינגיין, ווייל ביי זיי מוז ר' "אהרן ט"ב" זיין דער שיגץ, אנדערש צופאלן זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:25 |
|
| |
די נאאיווע זאלונימלעך וואס האלטן שוין ביי די גסיסה, געבן נאך דעם פארשריפט וויאזוי דער שלום זאל אויס זעהן, ניין, נישט חלילה קיין שלום, ווייל דאס זענען זיי אויך מודה אז ס'קען נישט און וועט נישט זיין, נאר זיי געבן דעם בלא-פרינט פון די חלוקה, און מען זאל צו טיילן די בנינים און נישט מער און נישט ווייניגער זיי פארלאנגען 40 פראצענט, פאר זיך, איי זאלונים חזירים, וואס איז מיט בני יואל? קומט זיי נישט כאטשיג 20 פראצענט, און וואס איז מיט שארמאש, עטליסט 30 פראצענט, און וואס מיינט איר, טשאד קומט גארנישט?, לאמיר זיי אויך ווארפן א 15-20 פראצענט, און טאש, ברעסלעוו, סאסמאן, רעבעצין, חרדים, אייזיק ספינקע, און נאך עטליכע עזות פנימער, לאמיר יעדן געבן, 10 פראצענט EACH, איין מינוט, שיעור פארגעסן, פון יפו, עם קומט כאטשיג 25 פראצענט, (ער איז דאך געלאפן פאר טראסטי...),
זאלונים זיסע, עס ארבייט נישט אזוי, עס קענען זיך נישט אויף שטעלן אפאר מחוצפים אין א קהילה און זאגן עד כאן, מיר זענען 30 פרצענט על כן געב אונז 30 פראצענט פון דיין רכוש, ניין, אין אמעריקא ארבייט דאס נישט, נישט על פי חוקי התורה, און נישט להבדיל חוקי המדינה, דא איז פשוט WINNER TAKES ALL, און יעדער ווייסט אז מיר אהרונים גייען אלעס געווינען און איר זאלונים וועלן בלייבן מיט די צונג אינדרויסן, (טאמער גלייבט איר נישט, דאן פרעגט ר' לייטנער, און ר' טודרוס מיט דעם הורדענקע רב, וואס האבן זיך עפעס אויף געוועקט, און פארלאנגען שלום, עפעס פארלאנגען זיי מען זאל גיין צו דין תורה, (האט דער סמכות העליונה אויך עקספייערט???) רעבע לייטנער, מה היום מיומים? וואס איז עפעס געשען? האט אייך ראזענוואסער געוויזן דעם שולחן ערוך ווי עס שטייט אז "לפניהם" ולא לפני עכו"ם, איר האט דאך שוין ארויס געגעבן א קול קורא מודיע זיין דעם "ולא לפני עכו"ם" און פונעם "לפניהם" האט איר לגמרי פארגעסן, ווער האט אייך יעצט דערמאנט? הא?,
אין שלום אמר ה' לרשעים, מיט רשעים טאר מען נישט און מען קען נישט מאכן קיין שלום, און אויב די אהרונים מיט זייער גיט הארץ, באשטייען עפעס צו געבן פאר די זאלונים, אבי פטור צו ווערן פון זיי, דאן הערטס גיט צו זאלונים'לעך, שטעלט אייך ביי די וואנט, האלטס אפן די האנט, און מאכט צו די אויגן, און מיר וועלן אייך עפעס אריין לייגן אין די האנט, זאגט שיין א גרויסן יישר כח, און פוצט אפ פון דאנעט...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 22/03/2006 23:58:05
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:21 |
|
| |
אויב מ'זאל מיר אנעמען אז קרית יואל האט נישט קיין מרא דאתרא, און סיז א שטאט מיט אסאך חסידות'ן יעדער איז מרא דאתרא אין זיין חסידות, האט דאך נישט קיין פירוש צו נעמען די ווילעדש וואלן פון א געמישטע שטאט אלס א מוסטער פון וויפיל פראצענט מ'זאל זיך צוטיילן אין סאטמאר, ביי די ווילעדש וואלן האבן דאך געוועהלט אלע חסידות'ן, דאס איז דאך א נייטראלע מוניסיפאלער עלעקשאן, פונקט ווי ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז אין וומ"ס זאלן שטימען אלע חסידות'ן אין די סאטמארע קהלה וואלן, אדער ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז מ'זאל נעמען די לעצטע מעיאר אדער גאווערנער וואלן אין וומ"ס אלס א מוסטער פאר די סאטמארע קהלה, די זעלבע אין קרית יואל פארוואס זאלן די חסידות'ן טאהש, ספינקא, ברסלוו, שארמאש, בני יואל, קאשוי, תולדות אהרן, בארדישל, בעהוץ, אריינרעדן אין די סאטמארע מחלוקה, אויב וואלן, זאל עז זיין לויטער חסידי ר' אהרן אין חסידי ר' זלמן לייב.
ואת"ל אז אלע זענען לעולם סאטמארע חסידים ותלמידים וואס האבן אינוועסטירט אין די שטעטל, נו פארוואס עפעס זאל די גאנצע 40% גיין נאר פאר ר' זלמן לייבן, וואס איז ער א גרעסערע מיוחס ווי די אנדער חסידותן, זאל מען טאקע צוטיילן יעדער לויט זיין פראצענט, למשל בני יואל באקומט 15%, ר זלמן לייב 15%, טאהש 5%, תו"א 5%, באדישעל, .00005%, וכדומה, אנדערש ביסטו נישט גאראנטירט אז מארגן וועט זיך נישט אנרוקן אלתר משה גאלדבערעגער מיט די טענה למה נגרע.
בית רבינו מוז ווערן געשליכטעט אונעם סיכסוך ווייל דאס די די שורש און איינע פון די עיקר טענות פון די מחלוקת, און אויב דאס וועט נישט ווערן געשליכטעט איז נישט דא קיין מציאות אז זאל זיין שלום, און זאל טאקע משה פרידמאן אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין, און מ'זאל דאס אויך דן זיין צו עקסטער צו ביינאזאם, נישט קיין נפק"מ ווי אזוי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 18:07 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס מֹאיז יעצט אויפגעקימען מיט א שלום פלאן?
סאטמאר האט שוין לאנג א שלום פלאן און ":דאס" וועט אי"ה אויסגעפירט ווערן.
דאס איז
שלום
לאנדאֹס
פלאן
תוקן על ידי - monroe06 - 22/03/2006 18:07:42
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 14:12 |
|
| |
MENCH איך מיין אז וואלען אין ק"י איז נישט א רעפערענדאם אויף די רבנות, די ביסט מיטגעכאפט געווארען מיט "דער איד'ס" פראפאגאנדע איך האלט אז וואלען אין ק"י איז א אויסדריק פין יעדענס פערזענליכע עקספיריענס מיט זיך רעכענען זיך מיט עיהם בנוגע סערוויסעס פין דעם שטעטעל וואס ער מיינט אז עס קימט זיך עיהם בין לטוב או לרע
למשל
פרייזען פין הייזער וואס מען ברויך צאהלען
פערמיטס צי בויען
סכסוכים צווישען שכנים
רעכענען זיך מיט מיין מיינונג
טעקסעס
פערזענליכע הכרת הטוב אין ידידות מיט די קאנדידאטען
אין אסאך וואס האבען א פילאסעפי אז קיינער זאל נישט זיין צי שטארק אין אביאזען זיינע פאווערס אין אפילו ער וואוט פאר א קעגענער וויל ער נאך נישט אז יענער זאל באמת געווינען
למשל ווען יאסעל וואלדמאן האט מכלומרשט באקימען איבער 600 וואטס בין איך זיכער אז זייער ווייניג מענטשען האבען באמת געוואלט אז דער מטורף אין מסור זאל געווינען אויסער זיינע טעכטער וואס האבען געוואוט עטליכע מאל ביז מען האט זיי געפאקט
בקיצר אז טאמער די וואלען וואלט געווען נאר אויף די רבנות וואלט ר' אהרן אריין געקימען מיט 75-80% אין דאס איז שוין מיט די פאלטשע פראפעגאנדע אקעגען רב פין דעם צד המסרבים לדין וואס וואלטען אויפגענימען אפילו יאסעל וואלדמאן אבי נישט דער רב
אין דאס איז מיט אסאך מער ווי אפילו דער רבי זי'ע האט געווינען אין סאטמער דאס רבנות
דאס איז מיין מיינונג אבער איך קען דערהערען אן אנדערענס אויך
תוקן על ידי - 13Hooper - 22/03/2006 14:20:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 05:07 |
|
| |
אין קרית יואל איז שוין עטליכע מאל געווען וואלן זייט תשנ"ט, פאר מעיאר, ווילידזש טראסטיס און פאר סאסמאן אלס סופערווייזער אדער קאונטי עקזעקעטיוו, איך געדענק שוין נישט גענוי
די זאליס האבן אלעמאל געשריגען אז די וואלן זענען א רעפערענדום אויפן רבנות
דער איד, דער אפיציעלער ווארטזאגער פון די זאליס, האט אפן אזוי געשריגען אין זייער עדיטאריעל אז די וואלן זענען געווען א רעפערענדום אויפן רבנות אין קרית יואל
ביי וואלן געווינט מען מיט איין שטימע מער
בוש קעגן גאור אין די 00' פרעזידענט וואלן האט געווינען מיט א נישטיגע פאר הונדערט שטימען
פארפאלן, ר' אהרן האט געווינען די וואלן אין קרית יואל, ער איז היינט רב מיט וואלן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:25 |
|
| |
קארל ראוו
אפילו פאר א טעות זאג נישט אזוי עס באדערט מיר פערזענליך אז מ'זאגט דאס ווארט ארויני אויף מיר צוריק צום ענין די ארוינים מיט זייער פירער ר' אהרן האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה און מאכן שלום
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:14 |
|
| |
ראדני152 איז א ארויני
ראדני איך ווייס דאך יא...
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 22/03/2006 2:14:01
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:10 |
|
| |
פאטאקי 
סוועט אין סאטמאר נישט זיין שלום פיריעד
זאל מען אויפנעמן ליפא פאר רבי וועלן זיי אויך בלייבן דארט אבי נישט די רב
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:05 |
|
| |
קראל ראוו יא יא די קליגסטע מענטש קען זיך אויך א מאל פאר רעדן די שרייבסט מבני בניו וויל נישט קיין שלום יא ביסט גערעכט ווייל מבני בניו איז אן ארויני
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:58 |
|
| |
חידא!!
אויב בוש זעהט אז בין לאדין שטייט גוט און סיי אמעריקע און סיי בין לאדין קענען געווינען וועט בוש מאכן שלום מיט אים ? און אים אפפערן האלב USA?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:56 |
|
| |
דא האסטו ראדני152 וכל שום וחניכא מבני בניו ווילי יונג אני יהודי ETC זיי ווילן נישט קיין שלום זיי שרייען נעבעך פון זיי רעדט מען נישט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:53 |
|
| |
שקל וואס הייסט אין ערגסטען פאל? פארקערט אויב עס וועט זיין ווי די זאגטס אז די צוויי ברידער וועלן שלום מאכן און די אלע שונאים פון ר' אהרן/די רבי וועלן צוריק גיין פון ווי זיי זענען געקומען וועט זיין שלום ושלוה טאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!
ווער רעדט פון שלום מאכן מיט זיי? מען רעדט שלום אזוי ווי תשנ"ו ביים אבן הפינה פון נייעם ביהמד דעלמאט זענען נישט געווען די אלע וואס רופן זיך היינט זאליס
|
|
|
|
|