בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אידישע וויקפידיע האלט אויף א וועג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2006 06:50 לינק ישיר 
אידישע וויקפידיע האלט אויף א וועג

שטילערהייט אן קיין גרויסער טראסק און אן קיין פאמפע האבן זיך צוזאמגענומען עטליכע אינגעלייט און אריינגעלייגט שווערע ארבעט און יעצט נעמען זיי ארויס די פירות.

יעצט מעלדן זיי אז מען האלט שוין ביים טויזנטסטן ארטיקל. דאס הייסט א דערגרייכונג.

איך קען זיך ווייניג אויס מיט דעם אידישן, אבער אויב וועלן זיי צושטעלן דאס זעלבע ווי דער ענגלישער איז עס ווערט אלע געלטער.

איך ווארט צו הערן פון עולם מער אינפא דערוועגן. דא איז דא  א לינק:

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7%A8%D7%A9%D7%98%D7%A2_%D7%96%D7%B2%D6%B7%D7%98



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 00:10 לינק ישיר 

דהיינו? דער אידישער וועקי ווערט געשריבען דורך א הייפעלע ארבעטסלאזע משוגעים וועלכע האבן נישט וואס צוטאן מיטן ליידיגען טאג ותו לא. מאך דיך נישט נאריש און חלום נישט הויך אז עס וועט אמאל עפעס ווערן דערפון.

זאג מיר איין סיבה פארוואס צו שרייבען אויף וויקיפידיע.

תוקן על ידי - משוגענער - 11/09/2006 0:20:03



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 19:52 לינק ישיר 

שושנת, דער אבישי ברענגט אראפ דיינע טענות אויפן שער בלעטעל היינט.........

http://yi.wikipedia.org/wiki/ערשטע_זײַט תוקן על ידי - איןבעיה - 10/09/2006 19:56:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 17:58 לינק ישיר 

משוגענער,

דהיינו?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 13:31 לינק ישיר 

שושנת,
איך האב געמיינט אז די ביסט קלוגער ווי דעם. עס פאסט באמת נישט פאר דיין חכמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2006 01:44 לינק ישיר 

נאכן בודק זיין בין איך אויך געקומען צו די מסקנא אז דער אידישער וויקיפעדיע דארף א גרויסע תיקון, ס'איז קינדעריש, נאריש, אומפראפעסיאנעל, איינזייטיג, בקיצור שלימזל מיט עסיג....

מ'דארף נעמן די זאך אין די האנט אריין אז נישט וועט עס קיין פנים נישט האבן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 23:08 לינק ישיר 

Another dreamer...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 06:18 לינק ישיר 

שם אחר,

יישר כוח פארן צוברענגען דעם לינק, און לאמיר טאקע ווארטן און זען וואס עס גייט זיך דארט אויסשאקלען מיט דעם נייעם ווינט וואס דער זייטל האט צובאקומען כבוד הרב אלזוז, וואס האט א פיינעם פעדער און תוכנ'דיגער שריפט.

משוגענער,

הייסט עס אז דו אפגעמאכט א באשלוס אז עס גייט פון דעם גארנישט ווערן?

פארשטייט זיך אז עס איז נישטא די צאל באטייליגער וואס וועלן עס קענען שטעלן אין זעלבן רייע ווי דער ענגלישער וויקפידיע אבער עס האט שטארקע אויסזיכטן אז אויב וועלן זיך אפי' עטליכע פון די היידפארק שרייבער אהינציען און האבן א אינטערעסע עס אויפצובויען אז עס זאל האבן א סוקסעס.

לאמיר האפן און ארבעטן דערפאר.

(באמערקונג: עס איז דא א מעגליכקייט אהינצוגיין מיט פרישע ניקים)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 00:09 לינק ישיר 

אבישי ארויף אבישי אראפ, דער פראבלעם איז כלל נישט דער אבישי נאר פשוט אז דער וויקי אין אידיש איז אן עקל און א גרויל, אנגעפירט דורך אפאר אויסוואורפן וועלכע האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגען טאג. עס איז גארנישט, און עס וועט דערפון גארנישט ווערן.

איך וועל נאכקאפירן וואס איך האב געשריבען אין א צווייט פלאץ:
איי, עס איז געוואלדיג דער פלאץ דארט. מען שלאגט זיך דארט ארום ווי קליינע קינדער אז עס גייט א רויך. איינער זאגט א ווארט, זאגט דער צווייטער פארקערט. עס פליט דארט פעטש פון רעכטס און פון לינקס. עס קומט מיר צו לאכן יעדעס מאל וואס איך גיי אהין זיך אביסל אונטערהאלטן מיט די ליצנות געמיטער וואס הערשט דארט אויף א גרויס פארנעם.

איך האב בעיקר הנאה צו זעהן די פאר משוגעים וואס חלומ'ען דעם שיינעם חלום פון ככל הגויים בית ישראל, אז דער אידישע וויקיפידיע וועט ביום מן הימים זיין אן ערנסטע נוצבארע זאך. זיי זעהען נישט וואס עס גייט פאר? זיי זענען אינגאנצן בלינד? מען ברויך זיי אוועקשטעלן פאר א סטאדע כהנים, און זאלן זיי אפזאגען דעם "חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא" מיט אן ערנסטקייט, וועט זיך דער בייזער טייוול פון זיי אפטאן...

א כפרה אפאר ארבעטסלאזע יונגאטשען... תוקן על ידי - משוגענער - 07/09/2006 0:16:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 18:22 לינק ישיר 

קרינסקי

איך זעה נישט די פראבלעם מיט די לינק וואס דו ברענגסט

ער האט נישט געשריבען וועגן די אנדערע איידעמער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2006 17:19 לינק ישיר 

איך קוק זיך אזוי ארום היינט אויף וויקעפעדיע, צו מיין וואונדער זעה איך אז דער אבישי האט זיך אפגעטראגן פון דארט נאכן אטאקירן חסידישע באנוצער. לכאורה איז צו ערווארטן א פרישע בלאג אדער פארום אין די קומענדיגע טעג. עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי עס וועט זיך יעצט אויסארבעטן די וויקעפידיע. כאפט א בליק אין דעם חסידישן הייד פארק באנוצער וואס האט ארויסגעזרקט אבישי מיט אלע זיינע ניקס: http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%A0%D7%99%D7%A6%D7%A2%D7%A8:%D7%90%D7%9C%D7%96%D7%95%D7%96



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 02:42 לינק ישיר 

whops

ביז אפאר מינוט פון מיין תגובה האט יענער שרייבער ארויסגענומען דעם ניי געבוירענען איידעם פון ריי"ץ וואס ער האט א נאמען געגעבן שם-טוב.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 01:42 לינק ישיר 

so much for his knowledge

האיש לא יודע בין ימינו לשמאלו.

ליינט אין האט הנאה.


http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7%91%D7%99_%D7%99%D7%95%D7%A1%D7%A3_%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7_%D7%A9%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%95%D7%A8%D7%A1%D7%90%D7%94%D7%9F



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 01:24 לינק ישיר 

לאוולי

על מה יצא הקצף?

איך האב געליינט זיינע מעשיות, גלייב מיר קיינער גייט נישט נשפע ווערן פון זיין שמוץ, סך הכל וועט אפשר איינער רחמנות האבען אויף אים.

ער זעט נישט אויס צו זיין מיט אלעמען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 01:12 לינק ישיר 

מען קען נאך אריינכאפן דערווייל און גיין צום לינק וואס JEWBOY האט צוגעברענגט.

עס זעט אויס אז דער אבישי האט געהאט עפעס א השפעה און מיט זיין געשליפען צונגעל צוגערעדט די מנהלי הקרעטשמע זיי זאלן זיך אננעמען פאר אים.

גייט אהין און זייט מוחה פאר דעם חילול ה' וואס מען וויל אז די שרייבער וואס ווייסן זיינע אינערליכע מעשים טובים זאלן בלייבן שטיל.

עס טאר נישט פאסירן. אזא געמיינעם איד מוז מען אויסראטן באצייטנס. ווילאנג ס'איז נישט שפעט. ווילאנג עס איז נאך דא א איד וואס קען אים נישט, און איז נאכנישט מושפע געווארן פון זיין מיאוס'ע גוי'אישע פעדער.

ווייזט ארויס אז עס איז נאך דא ערליכע אידן וואס ווייסן פון דעם התבדלות הרשעים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 21:32 לינק ישיר 

דא קען מען ליינען נאך איבער די יידישע וויקי'ס

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1861377 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אידישע וויקפידיע האלט אויף א וועג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext