|
|
| נשלח ב-6/9/2006 18:22 |
|
| |
קרינסקי
איך זעה נישט די פראבלעם מיט די לינק וואס דו ברענגסט
ער האט נישט געשריבען וועגן די אנדערע איידעמער?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2006 00:09 |
|
| |
אבישי ארויף אבישי אראפ, דער פראבלעם איז כלל נישט דער אבישי נאר פשוט אז דער וויקי אין אידיש איז אן עקל און א גרויל, אנגעפירט דורך אפאר אויסוואורפן וועלכע האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגען טאג. עס איז גארנישט, און עס וועט דערפון גארנישט ווערן.
איך וועל נאכקאפירן וואס איך האב געשריבען אין א צווייט פלאץ: איי, עס איז געוואלדיג דער פלאץ דארט. מען שלאגט זיך דארט ארום ווי קליינע קינדער אז עס גייט א רויך. איינער זאגט א ווארט, זאגט דער צווייטער פארקערט. עס פליט דארט פעטש פון רעכטס און פון לינקס. עס קומט מיר צו לאכן יעדעס מאל וואס איך גיי אהין זיך אביסל אונטערהאלטן מיט די ליצנות געמיטער וואס הערשט דארט אויף א גרויס פארנעם.
איך האב בעיקר הנאה צו זעהן די פאר משוגעים וואס חלומ'ען דעם שיינעם חלום פון ככל הגויים בית ישראל, אז דער אידישע וויקיפידיע וועט ביום מן הימים זיין אן ערנסטע נוצבארע זאך. זיי זעהען נישט וואס עס גייט פאר? זיי זענען אינגאנצן בלינד? מען ברויך זיי אוועקשטעלן פאר א סטאדע כהנים, און זאלן זיי אפזאגען דעם "חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא" מיט אן ערנסטקייט, וועט זיך דער בייזער טייוול פון זיי אפטאן...
א כפרה אפאר ארבעטסלאזע יונגאטשען...
תוקן על ידי - משוגענער - 07/09/2006 0:16:00
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2006 06:18 |
|
| |
שם אחר,
יישר כוח פארן צוברענגען דעם לינק, און לאמיר טאקע ווארטן און זען וואס עס גייט זיך דארט אויסשאקלען מיט דעם נייעם ווינט וואס דער זייטל האט צובאקומען כבוד הרב אלזוז, וואס האט א פיינעם פעדער און תוכנ'דיגער שריפט.
משוגענער,
הייסט עס אז דו אפגעמאכט א באשלוס אז עס גייט פון דעם גארנישט ווערן?
פארשטייט זיך אז עס איז נישטא די צאל באטייליגער וואס וועלן עס קענען שטעלן אין זעלבן רייע ווי דער ענגלישער וויקפידיע אבער עס האט שטארקע אויסזיכטן אז אויב וועלן זיך אפי' עטליכע פון די היידפארק שרייבער אהינציען און האבן א אינטערעסע עס אויפצובויען אז עס זאל האבן א סוקסעס.
לאמיר האפן און ארבעטן דערפאר.
(באמערקונג: עס איז דא א מעגליכקייט אהינצוגיין מיט פרישע ניקים )
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2006 23:08 |
|
| |
Another dreamer...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2006 01:44 |
|
| |
נאכן בודק זיין בין איך אויך געקומען צו די מסקנא אז דער אידישער וויקיפעדיע דארף א גרויסע תיקון, ס'איז קינדעריש, נאריש, אומפראפעסיאנעל, איינזייטיג, בקיצור שלימזל מיט עסיג....
מ'דארף נעמן די זאך אין די האנט אריין אז נישט וועט עס קיין פנים נישט האבן...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2006 13:31 |
|
| |
שושנת, איך האב געמיינט אז די ביסט קלוגער ווי דעם. עס פאסט באמת נישט פאר דיין חכמה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2006 17:58 |
|
| |
משוגענער,
דהיינו?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 00:10 |
|
| |
דהיינו? דער אידישער וועקי ווערט געשריבען דורך א הייפעלע ארבעטסלאזע משוגעים וועלכע האבן נישט וואס צוטאן מיטן ליידיגען טאג ותו לא. מאך דיך נישט נאריש און חלום נישט הויך אז עס וועט אמאל עפעס ווערן דערפון.
זאג מיר איין סיבה פארוואס צו שרייבען אויף וויקיפידיע.
תוקן על ידי - משוגענער - 11/09/2006 0:20:03
|
|
|
|
|