לכל חסידי באבוב בעולם ולשאר אנ"ש ידידנו היקרים אני הולך עכשו לחתונה מסביבות השעה 7 בערב (שעון נו יורק) תוכלו לשמוע את החתונה LIVE במספר הטלפון
6465195800
ולאחר מכן 5420
ולאחר מכן #
שמעו ותחי נפשכם מחר בלי נדר אביא תמונות וחדשות
נשלח ב-23/3/2006 19:20
רק כדי לשבר את האוזן, דער מארטש איז געווען 1:30 אינדערפרי.
דער וואס האט זוכה געווען צו זיין ביי אין כאלוקינו, הייבט אן צו פארשטיין וואס מיינט א איד פלאמט פארן באשעפער. מהייבט אן צו פארשטיין וואס הרה"ח ר' לייב'לע סטעמפל שליט"א זאגט נאך אז ער האט געהערט פון פריערדיגן רב ז"ל ווען ער האט זוכה געווען אריינצונעמען רבינו אין שטוב אז ער טרייסט זיך אויף זיין מרדכי דוד'ל, וואס כידוע איז ער געוועזן א אינגל מיט א הייליגן חן און א פיקח עצום.
דער מהר"ש זצ"ל פלעגט ביי יעדע חתונה איבערזאגען דעם זוהר הק' וועגען די זיידעס קומען אויף די חתונות.
און יא, איך זאג עס נאכאמאל: מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו! באבוב האט נאך אזא חתונה נישט געהאט.
פרעג דיך נאך ביי די וואס זענע געוועןן צו איך בין מגזם. די אלע נישט-פארביטערטע פון 48 זענען געקומען. נאר די פארביטערטע זענען געבליבען אין דער היים ווייל זיי האבען עס נישט געקענט צוקוקען.
נשלח ב-23/3/2006 17:41
איך פערשטיי אז דיא האסט געהט הנאה, אבער צו זאגען "מי שלא ראה" איז משמע אז א שמחה וויא מהר"ש זצוק"ל האט אנטיילגענומען קען זיך נישט פערגלייכען, דאס קען איך נישט גלויבען, חוץ אז דיא ביסט שוין דעמאלז נישט געווען א באבובער.
נשלח ב-23/3/2006 16:37
SIM.
איך האב געמייט אז דו קומסט אויף די חתונה! איך האב דיך געוואלט אויפזוכען אלץ גוטע פריינד צווישען די אלע געסט פון א"י.