קימענדיגע זינטיג נאכט קימט פאר אי"ה די דינער פאר די הייליגע מוסד "חמלה ואמונה" פאר נישט
געזינטע קינדער ל"ע, וועלכע ווערט געפירט דורך עטליכע עסקנים לשם שמים על טהרת הקודש, אין
ווערט געדעקט דורך די עלטערען אין דורך די חשובע נדבנים שיחיו
סאיז באוויסט אז דער חזון איש זצ"ל האט זיך אויפגעשטעלט פאר די סארט קינדער
וואויל צי דעם וואס האט א חלק אין העלפען דעם הייליגען מוסד
נשלח ב-26/3/2006 02:54
אויב איינער פון די מוסד ליענט דא וואס מען שרייבט וויל אים אים בעטן איין זאך אז די הערליכע מייסטערפולע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט אין די באשרייבונג אין איד איז גרינגער צו לייענען ווען עס איז אביסל געשרקיבן מיט גרעסערע אותייות ווי אזעלכע פיצקעלעך אותיות וואס אפילו מיט א מעגינפיין גלעס קען מען נישט לייענען געהעריג.
נשלח ב-24/3/2006 17:59
יא, זיי האבען נאך א ווען
דער מוסד האט אנגעהויבען מיט בערך 4 קינדער, היינט האלטען זיי ליידער ביי נאנט צי צוואנציג
קינדער ה"י, עטליכע זענען נאר א חלק טאג
דאס איז בערך די נאמבער קינדער וואס שערי חמלה האט געהאט א יאר פארן גיין "פאבליק", וד"ל
נשלח ב-23/3/2006 21:56
איך וואין אין קר"י
וויפיל קינדער האט די מוסד??
ווי איז זייער פלאטץ ווי זיי לערנען מיט די קינדער???
וויפיל איינגעשטעלטע??
כ'האב שוין לאנג נישט געזען זייער ווען האבן זיי נאך די ווען???
בכל הכבוד
{ביטע, נישט ארויסנעמען פין מיין תגובה נישט צי שטיצען די מוסד, ווייל עס קען זיין אז איך מאך א טעות, איך פרעג נאר ווייל עס איז מיר אינטערסאנט צי וויסען ייש"כ}
תוקן על ידי - moshe06 - 23/03/2006 21:56:50
תוקן על ידי - שם_אחר - 23/03/2006 22:28:24